אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלגעברע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
←‏אלגעברע: א צווייג פון מאטעמאטיק: צוגעלייגט א פאר פאראגראפן
שורה 24:
היסטאריש, און אויך היינט ביים אויסלערנען, הייבט אן די שטודיע פון אלגעברע מיט לייזן גלייכונגען אזוי ווי די [[קוואדראטישע גלייכונג]] אויבן. דערנאך, קלערט מען מער אלגעמיינע פראגעס, ווי למשל "צי האט א גלייכונג א לייזונג?", "וויפיל לייזונגען האט א גלייכונג?", "וואס קען מען זאגן וועגן דער נאטור פון די לייזונגען?". די פראגעס ברענגען צו באגריפן פון פארעם, סטרוקטור און סימעטריע.<ref>{{cite book |last=Gattengo |first=Caleb |year=2010 |title=The Common Sense of Teaching Mathematics |publisher=Educational Solutions Inc. |isbn=978-0878252206 }}</ref>
די דאזיקע אנטוויקלונג האט געלאזט אלגעברע צו ווערן פארברייטערט צו באטראכטן נישט־נומערישע אביעקטן, ווי [[וועקטאר (מאטעמאטיק)|וועקטארן]], [[מאטריצע (מאטעמאטיק)|מאטריצעס]] און [[פאלינאם|פאלינאמען]]. די סטרוקטור אייגנשאפטן פון די דאזיקע נישט-נומערישע אביעקטן האט מען אבסטראקטירט צו דעפינירן [[אלגעברעישע סטרוקטור]]ן ווי [[גרופע (מאטעמאטיק)|גרופעס]], [[רינג (מאטעמאטיק)|רינגען]] און [[פעלד (מאטעמאטיק)|פעלדער]].
 
פֿאַרן 16טן יארהונדערט איז מאטעמאטיק געווען צעטיילט אין צוויי געביטן, [[אריטמעטיק]] און [[געאמעטריע]]. כאטש טייל מעטאדן וואס זענען אנטוויקלט געווארן א סך פריער ווערן גערעכענט היינט ווי אלגעברע, אבער באטראכטן אלגעברע און, קורץ דערנאך, קאלקולוס ווי געביטן פון מאטעמאטיק האט אנגעהויבן ערשט אין דעם 16טן אדער 17טן יארהונדערט. זייט דעם צווייטן העלפט פונעם 19טן יארהונדערט האבן זיך באוויזן פיל נייע פעלדער פון מאטעמאטיק, מערסטנס וואס ניצן סיי אריטמעטיק און סיי געאמעטריע, און כמעט אלע וואס ניצן אלגעברע.
 
היינט, איז אלגעברע געוואקסן ביז זי שליסט איין פיל צווייגן פון מאטעמאטיק, וואס מען קען דערקענען פון דער מאטעמאטיק סוביעקט קלאסיפיקאציע,<ref>{{cite web|url=http://www.ams.org/mathscinet/msc/msc2010.html|title=2010 Mathematics Subject Classification|publisher=|accessdate=5 October 2014}}</ref> וואו קיינע פון די ערשטער־ניווא געביטן (די מיט צוויי ציפערן) ווערט גערופן ''אלגעברע''. היינט שליסט איין אלגעברע טיילן , 12-[[פעלד טעאריע]] און [[פאלינאם|פאלינאמען]], , 13-[[קאמוטאטיווע אלגעברע]], 15-[[לינעארע אלגעברע|לינעארע]] און [[מולטילינעארע אלגעברע]]; [[מאטריקס טעאריע]], 16-[[אסאציאטיווע אלגעברע|אסאציאטיווע רינגען און אלגעברעס]], 17-[[נישט-אסאציאטיווע רינגען]] און [[נישט-אסאציאטיווע אלגעברע|אלגעברעס]], 18- [[קאטעגאריע טעאריע]]; [[האמאלאגישע אלגעברע]], 19-[[K-טעאריע|K- טעאריע]] און 20-[[גרופע טעאריע]]. אלגעברע ווערט אויך ברייט געניצט אין 11- [[נומערן טעאריע]] און 14- [[אלגעברעאישע געאמעטריע]] .
 
==רעפערענצן==