אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לופטליניע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 40:
געוויסע לופטליניעס זענען פון די אויסנאמען וועלכע פארמאגן נישט קיין האבס און פארן נאר אויף דירעקטע פלייטס פון איין ארט צום צווייטן און מאכן טאקע געלט נאר צוליב דעם. א ביישפיל איז סאוטוועסט לופטליניעס וועלכע גיט אלע דאמעסטיק פלייטס נאן-סטאפ. סאוטוועסט סערווירט היינט ארום 300 דעסטינאציעס דורך די פאוינט-טו-פאוינט סיסטעם און פארמאגט ווייניג לאנג דיסטענס פלייטס און די ביסל וואס יא זענען טאקע נישט נאן-סטאפ.
אין אנדערע לענדער זענען נאך יא פאראן לופטליניעס וועלכע זענען רעגולירט דורך די רעגירונג און מוזן צושטעלן פלייטס צו אלע דעסטינאציעס אפילו אויב זיי דערלייגן געלט. די רעגירונגן שטיצן די לופטליניעס און בעטן א ספעציעלע שטייער פון די פאסאזשירן. צום ביישפיל אין קאנאדע איז פאראן איין הויפט לופטליניע, עיר קאנאדע, וועלכע האט די מאנאפאלי איבער אלע לופטליניעס און ווערט געשטיצט דורך די רעגירונג אבער זי מוז לעגאל צושטעלן פלייטס צו אירע טעריטאריעס וואו אויף געציילטע ערטער קען מען נישט צוקומען מיט קיין אויטא רוב טעג פון יאר צוליב די שנייען. פארשטייט זיך אז די לופטליניע דערלייגט גרויס געלט פון די פלייטס.
== טיקעטבילעט פרייזן ==
 
איינמאל דער קאסטומער האט אפגעמאכט וועלכע לופטליניע עס איז אים די באקוועמסטע דארף ער קויפן א טיקעט[[רייזע-בילעט|בילעט]] וועלכע ער קען טאן דורך דידעם טעלעפאן אדער דורך די אינטערנעט. טיקעטסבילעטן קען מען קויפן דירעקט פון דער לופטליניע אדער דורך א טרעוול אגענטוררייזע-ביורא. יעדע לופטליניע פארמאגט א גרויסע צאל ארבייטער וועלכע געבן זיך אפ נאר מיט רעזערווירן טיקעטסבילעטן און מאכן זיכער אז אלעס זאל קלאפן אויף 100 פראצענט. אמאל האט מען נאר געוואוסט פון פאפירענע בילעטן וועלכע מען האט באקומען פון דעם רייזע־ביורא און איז גענוצט געווארן יארן לאנג. היינט קען מען רעזערווירן א טיקעט דורך די טעלעפאן אדער אויפ'ן אינטערנעט און מען באקומט נאר א רעזערוואציע נומער וועלכע ווערט גערופן אן עלעקטראנישע טיקעט. די פאסאזשירן מיט עלעקטראניק טיקעטס דארפן אפנעמען א באורדינג פאס ביי די טשעק-אין קאונטער און היינט קען מען דאס באקומען ביי די עקספרעס טשעק-אין מאשינען וואו מען דארף אפילו נישט געבן די רעזערוואציע נומער נאר מען לייגט אריין די קרעדיט קארטל מיט וועלכע מען האט געקויפט די טיקעט און ביז א מינוט צוויי איז די באורדינג פאס אינדרויסן און מען איז גרייט צו גיין.
טיקעט פרייזן זענען זייער צעמישט און טוישן זיך יעדן טאג. אויב איער חבר האט נעכטן געצאלט 150$ פאר א טיקעט פון ניו יארק קיין שיקאגא מוז נישט זיין אז איר וועט אויך צאלן אזויפיל. עס איז זייער אינטערעסאנט אבער דאך א פאקט אז ווען איר זיצט אויפ'ן פליגער אינאיינעם מיט אנדערע מענטשן זענען צווישן די אלע פאסאזשירן געצאלט געווארן כאטש 10 פרייזן. איינער האט עס געקויפט א לאנגע צייט צוריק פאר $99, א צווייטער האט עס געקויפט ביי א טרעוול אגענט פאר $179, א דריטער האט עס געקויפט אויף די אינטערנעט פאר 10 דאלאר ביליגער, און איינער האט גאר געצאלט $400 פאר די זעלבע זיץ ווייל ער האט עס געקויפט לעצטע מינוט אין די עירפארט.
עס איז שווער צו גלייבן אבער איז דאך א פאקט אז טיקעט פרייזן פאר לופט טרעוול איז היינט פיל ביליגער ווי 30 יאר צוריק. אין די טראנספארטאציע אינדוסטרי רעכנט מען די פרייזן לויט די צענט וואס מען צאלט פער מייל. אין דורכשניטליך האט מען אין די 70'ער יארן געצאלט 19 צענט פער מייל און היינט צאלט מען נאר 14 צענט פער מייל. דאס איז א גרויסער חילוק אין פרייז אויב מען נעמט אריין די אינפלאציע ראטע וועלכע האט זיך דראסטיש געטוישט אין די יארן. אגב, וואס ביליגער די פרייזן ווערן אלס מער מענטשן נוצן פליגער פאר זייערע רייזעס. א ביזנעסמאן וועלכע איז אמאל געפארן פון ניו יארק קיין טאראנטא מיט זיין אויטא וועט היינט ענדערש נוצן א פליגער ווייל די גאזאלין פון ביידע וועגן און די צייט וואס ער וועט פארלירן פון די לאנגע וועגן (רעכן צו נאך א טאג צוויי וואס ער וועט זיין מיד און נישט קענען ארבעטן געהעריג) איז טייערער ווי די $200 ביז $300 דאלאר וואס די רייזע מיט'ן פליגער וועט אים אפקאסטן. עס זענען פאראן אסאך זאכן וואס מאכן טוישן די פרייזן פאר פליגער רייזעס אבער אין אלגעמיין זענען זיי איינגעטיילט אין זיבן פאקטארן:
עס זענען פאראן אסאך זאכן וואס מאכן טוישן די פרייזן פאר פליגער רייזעס אבער אין גענעראל זענען זיי איינגעטיילט אין 7 פאקטארן:
 
1) טיקעט צייט – וואס פריער מען קויפט א טיקעט אלס ביליגער וועט עס קאסטן. צום ביישפיל דעלטא לופטליניעס סקעדזשועלט זייערע פלייטס 330 טעג פריער און ווער עס קויפט דעמאלט א טיקעט צאלט מיט א דריטל ווייניגער ווי דער וואס קויפט עס עטליכע טעג בעפאר עס פארט.