אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייזנבאן וואגאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:Mark3gner.jpg|קליין|250px|אַ בריטיש רייל מאַרק 3 פּאַסאַזשיר וואַגאָן פֿון די 1970ער]]
אן '''אייזנבאַן וואַגאָן''' איז אַ סארט [[אייזנבאן ליניע|אייזנבאַן]] געצייג וואס ווערט געבויט צו פֿירן [[פאסאזשיר|פּאַסאַזשיר]]ן אדער [[פראכט|פֿראַכט]] פֿון איין פּלאַץ צום צווייטן. געוויינטלעך ווערן די וואַגאָנען פֿאַרבונדען, וואס מאַכט אַ [[באן|באַן]]. זיי קען מען באַוועגט דורך א [[לאקאמאטיוו|לאָקאָמאָטיוו]] אדער מיט אַ זעלבשטענדיקער מאָטאָר (אַ מאָטאָר-וואגאָן).
 
== פּאַסאַזשיר וואַגאָן ==
[[טעקע:Mark3gner.jpg|קליין|250px|אַ בריטיש רייל מאַרק 3 פּאַסאַזשיר וואַגאָן פֿון די 1970ער]]
א '''פּאַסאַזשיר וואַגאָן''' ווערט באַנוצט צו פֿירן פּאַסאַזשירן אַלס אַ טייל פֿון אַ [[פאסאזשיר באן|פּאַסאַזשיר באַן]] צווישן [[באן סטאנציע]]ס. מערסט פּאַסאַזשיר וואַגאָנען אַנטהאַלטן רייַען פֿון דריי צו פֿינף זיצערטער ביי צוויי זייַטן פֿון אַ צענטראַלער פּאַסאַזש לענגאויס דער וואַגאָן, אדער גרופעס פֿון זעקס צו אַכט זיצערטער אין קליינע קופּעס לענגאַויס א זייַטיקער פֿאָיע. צווישן די זיצערטער עס אַפֿט זענען דאָ טישן פֿאַר די פּאַסאַזשירן. עס אויך זענען דאָ פּאָלציעס פֿאַר די פּאַסאַזשירנ'ס באַגאַזשניקס, און אפֿשר אויך אייַנלאַגערונג קופּעס פֿאַר גרויסע אָביעקטן ווי [[באגאזש|וואַליזעס]] אדער [[ביציקל]]ען.
 
== פֿראַכט וואַגאָן ==
[[טעקע:Scuol Tarasp RhB 5507.jpg|קליין|א קליינער געשלאָסענער לאַסט וואַגאָן אויף די [[רעטישע באן|רעטישע באַן]] אין [[שווייץ]]]]
א '''פֿראַכט וואַגאָן''' אדער '''לאַסט וואַגאָן''' ווערט באַנוצט צו פֿירן פֿראַכט אַלס אַ טייל פֿון אַ [[פראכט באן|פֿראַכט באַן]] צווישן סחורה ערטער. עס זענען דאָ פֿאַרשידענע סארטן פֿראַכט וואַגאָנען לויט דער סארט פֿראַכט אין טראַנספאָרט, און עס אַפֿט זענען דאָ פֿאַרשידענע סארטן וואַגאָנען אין איינע באַן.
 
{{ש}}