אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר האגער (סערעט)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 34:
אומגעפער א יאר נאך דער פטירה פון זיין פאטער דער מקור ברוך, איז רבי אליעזר נתמנה געווארן אלס זיין יורש. גלייכצייטיג, איז זיין ברודער רבי [[משה האגער (סערעט)|משה האגער]], באשטימט געווארן אלס דער [[ראש ישיבה]] פון דער סערעטער ישיבה "יחל ישראל". רבי אליעזר איז געווען באקאנט אלס איינער וואס איז מקרב יעדן איד, און אפטמאל אין זיינע דרשות האט ער גערעדט איבער דער הארבקייט פון רעדן [[לשון הרע]].
 
אום חודש [[תמוז]] [[ה'תשע"ג]], איז ער אריינגעפירט געווארן אין [[שפיטאל]], צוליב פראבלעבן מיט דעם רוקן, און זייט דעמאלטס איז ער היפש פארשוואכט געווארן. ער איז כמעט נישט געזען געווארן אינעם ציבור, און פאקטיש, איז די הנהגה אריבערגעפירט געווארן צו זיין זון רבי [[יעקב האגער (סערעט-וויזשניץ)|מעקב האגער]], וואס איז געשטאנען די גאנצע צייט צו זיין רעכטס מיט אן אויסטערלישער מסירות נפש, און האט גענומען אויף זיך דעם עול פון די מוסדות. אום כ' תמוז ה'תשע"ה נאך באדייטליכער פארבעסערונג אין זיין געזונט צושטאנד, איז רבי אליעזר פלוצלונג נפטר געווארן פון א העפטיגן [[קארדיאק ארעסט|הארץ-שטילשטאנד]]. די לוויה איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין [[רמת וויזשניץ]] חיפה, און פון דארט איז ממשיך געווען צו בני ברק צו אוהל אדמו"רי וויזשניץ, וואו דער רבי איז באערדיגט געווארן נעבן זיין פאטער. ביי דער לוויה האט מען עמטליך באקרוינט זיין זון רבי יעקב אלס דער עמטליכער ממלא מקום.
 
== משפחה ==