אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידישקייט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אנטוויקלונג (אנגעהויבן)
מ דאפלט
שורה 1:
'''ייִדישקײט''', '''ייִדישקײַט''' אָדער '''ייִדנטום''' איז דער אינהאלט און צוזאמנשטעלונג פון דעם [[גלויבן]] און אויפירונג פונעם '''[[ייד]]ישן פאלק''', וואס איז געבויט און שטאמט פון די [[תורה]] וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די '''[[יידן]]''', און ווי שפעטער אפגעלערנט און ערקלערט אין [[תלמוד]] דורך די [[תנאים]] און [[אמוראים]], און נאכהער צוזאמען גענומען דורך די [[פוסק]]ים. '''יידישקייט''' איז דער פאראיינעגונג צווישן די '''יידישע קינדער''' און דעם אייבערשטן.
 
אן אנהענגער פון '''יידישקייט''', צי דער וואס איז געבוירן א '''יידיש קינד''', צי דורך [[גר]]ות, ווערט אנגערופן א '''ייד'''. '''יידן''' ווערן נישט באטראכט בלויז ווי א [[רעליגיע]]זע [[סעקטע]], נאר ווי אן אייגן [[פאלק]], דורך דעם וואס דער אייבערשטער האט זיי אנגערופן אין דער תורה, פאר א פאלק. די '''[[יידישע באפעלקערונג]]''' ווערט געשאצט צו זיין איבער פופצן מיליאן '''יידן''' אויף דער וועלט, א דריטל אין [[ארץ ישראל]], און א דריטל אין די [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע]], און א דריטל איבער דער גארער וועלט.