אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יהושע רוקח (מאכניווקא)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
שורה 6:
רבי יהושע רוקח איז געבוירן געווארן צו רבי יצחק דוד רוקח פון [[יעראסלאוו]], זון פונעם [[בעלזא|בעלזער רב]], רבי [[ישכר דוב רוקח (א)|ישכר דוב]]. אלס בחור האט ער שטודירט אין [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] [[ישיבה]] אין [[שיכון סקווירא]], און אויפגעוואקסן אונטער דעם אויפזיכט און שוץ פון זיין משפחה מיטגליד, רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]], דער פריערדיגער סקווערער רבי. ווען ער איז אנגעקומען צום פרק 'האיש מקדש', האט ער געהייראט זיין רעביצין מרת חיה גיטל, טאכטער פון רבי שלום מיכאלאוויטש פון בראדוויל. זיין עלטער פעטער, דער מאכניווקער רבי, רבי אברהם יהושע העשיל, האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער און האט באשטימט זיין נעפע איבערצונעמען די הנהגה, און טאקע נאך זיין פטירה אין יאר [[ה'תשמ"ח]], איז רבי יהושע באקרוינט געווארן רבי און פארזיצער פון דער מאכניווקער דינאסטיע.
 
נאכדעם וואס איז ער געווארן רבי, פילצאליגע בעלזער חסידים וואס האבן פארלאזט דעם בעלזער חסידות און נישט צוגעשטימט אננעמען דעם היינטיגער [[בעלזא|בעלזער]] רב, רבי [[ישכר דוב רוקח (ב)|ישכר דוב רוקח]] אלס זייער מנהיג, האבן אויפגענומען רבי יהושע אלס זייער רבי. אין יאר [[ה'תשע"ו]] נאך אן אפמאכונג מיט דעם מוטער חסידות בעלזא, האט מען באשלאסן אז דאס חסידות וועט גערופן ווערן מאכניווקא בעלזא, און נישט בעלזא מאכניווקא ווי ס'איז געווען פארדעם. מיט שליסן דעם אפמאכונג איז געקומען צו ענדע א פיליעריגע מחלוקת וואס האט געהערשט צווישן די צוויי חסידות'ן.
 
== משפחה ==