אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מיכאל פֿעלזענבאַום"

שרייבער און דיכטער
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
איבערגעזעצט פון ויקיפדיה בעברית
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 16:40, 25 מײַ 2018

מיכאל פעלזענבאום (אויף רוסיש: Михо́эл Фельзенба́ум) איז א שרייבער, פאעט און א דראמאטורג וואס שרייבט אויף יידיש. ער איז געבארן געווארן אין 1951 אין וואסילקיוו, אוקראינע.

לעבן

מיכאל פעלזענבאום האט געוואקסן אין די בעסעראבער שטאט פלארעשט. ער האט געלערנט צו זיין א טעאטער דירעקטאר, מוזיקאלאגיע און געשיכטע פון קונסט אין לענינגראד. אין די יארן 1969 ביז 1973 האט ער געארבעט ווי א דירעקטאר אין דער נאציאנאלער טעאטער אין בעלזא. דארטן האט ער אנגעפירט א פאר פיעסעס אויף יידיש. ער איז געווען דער ערשטער פארזיצער פון די יידיש קולטור פארבאנד.


זיין ארבעט

נאך זיין עלייה קיין ישראל אין 1991 האט פעלזענבאום פובליקירט עטלעכע ביכער פון פאעזיע און פראזע. ער איז געווען איינער פון די גרינדערס פונעם אלמאנאך נייע וועגן. ער האט פובליקירט אין א פאר צייטשריפטן אויף יידיש: די גאלדענע קייט (ישראל), די פען (אקספארד), אויפן שוועל און יידישע קולטור (ניו יארק). זיין ראמאן שבתדיקע שוועבעלעך איז איינער פון געציילטע ביכער וואס זיינען שייך צו דער פאסט-מאדערניסטיש שטראם אין ליטעראטור. א סך פון זיינע לידער זיינען איבערזעצט געווארן אין א סך שפראכן ווי: רוסיש, דייטש, רומעניש, שפאניש און יאפאניש.

זיינע ביכער

  • עס קומט דער טאג: לידער. תל אביב, יידישער קולטור־געזעלשאפט, 1992.
  • א ליבע-רעגן : לידער. תל אביב, הוצאת י"ל פרץ, 1994.
  • דער נאכט־מלאך, תל אביב, הוצאת י"ל פרץ, 1997.
  • און איצט בין איך דיין ניגון. תל אביב, לייוויק־פאַרלאג, 1998.
  • שבתדיקע שוועבעלעך. תל אביב, ה. לייוויק פארלאג ביים פאראיין פון יידישע שרייבערס און זשורנאליסטן אין ישראל, 2005.
  • בענקשאַפֿט, לידער, תל אביב, מנורה פארלאג, 2007.
  • א ליבע נאכן טויט, דערציילונגען, תל אביב, מנורה פארלאג, 2009

איבערזעצונג

וואס ער האט איבערגעזעצט

  • בנימין סקודיצקי, בשבילי החיים והמעש. תרגום מיידיש לעברית - מיכאל פלזנבאום. תל אביב : דורגרף, 2007. ‬

זיינע שריפטן וואס זיינען איבערגעזעצט

  • Jiddische Texte, mit einer Einführung zur Jiddischen Literatur von Astrid Starck (сборник М. Фельзенбаума, Беринский, Лев Самуилович|Льва Беринского и Геннадия Эстрайха на немецком языке, под редакцией проф. Астрид Штарк, Universite de Haute Alsace), Solothurner Literaturtage: Золотурн, 2002.
  • Субботние спички (роман, перевёл с идиша Вэлвл Чернин), РИЦ Медиа Формат: Moscow, 2006.