אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 3:
 
==לעבענסגעשיכטע, אקטיוויטעט און אייגנשאפטן==
רבי אהרן האגער איז געבוירן געווארן אין אמעריקע, דאס צענטע קינד פון א משפחה פון 14 קינדער צו זיינע עלטערן רבי מרדכי האגער, דער געוועזענער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פונעם פריערדיגן [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] רבי'ן, רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]]. אנדערעש ווי זיינע עלטערע ברידער און שוועסטערס, איז רבי אהרן אויפגעוואקסן אין הויף פון זיין טאטן, שוין נאכדעם וואס זיין טאטע האט איבערגענומען די רעביסטווע, אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז דער רבי האט פיל קונה געווען אין די דאזיגע יארן, און וויבאלד ער איז אויפגעצויגן געווארן שוין אין "א הויז פון א רבי'ן", האט ער געהאט די זכיה מיטצוהאלטן פון נאנעט די עבודת הקודש פון זיין פאטער, און אויסשעפן פון אים [[תורה]] און [[יראת שמים]]. ווען ס'איז אנגעקומען די צייט, האט רבי אהרן געהייראט זיין רעביצין מרת שרה, טאכטער פון רבי נפתלי אריה לייבוש טויב, זון פון רבי [[מנחם שלמה טויב|מנחם שלמה]] פון [[קאלעוו (הויף)|קאלעווע]]-[[בארא פארק]], און איידעם פון רבי [[שלום קרויז]], בעל מחבר ספר "דברי שלום" און אב"ד [[אודווארי]]-[[ברוקלין]]. יארן צוריק, ווען דער פריערדיגער רבי האט געדינט גלייכצייטיג אלס רב אין עטליכע קהילות ווי א שטייגער, אזוי ווי בארא-פארק, [[קראון הייטס]] און [[וויליאמסבורג]], האט זיך די וויזשניצער קהילה געוואנדען צום רבי'ן מיט א בריוו, בעטנדיג דערין אז ער זאל אויך אננעמען די אויפגאבע פון דער רבנות אין מאנטריאל. א קורצע צייט דערויף איז געשריבן געווארן א "כתב רבנות" איז אונטערגעשריבן דורך אלע מתפללים פון וויזשניצער [[בית מדרש]] אין דער שטאט, וואו די מיטגלידער פון די קהילה האבן זיך אונטערגעווארפן מיט הכנעה אונטער די הדרכה פונעם רבי'ן און מקבל געווען מרות פון אים. זייט יענע הכתרה האט די וויזשניצער קהילה אין מאנטריאל, האט באקומען היפש א נייע צורה. דער רבי איז געווען אריינגלייגט אין אלע ענינים פון דער קהילה אפילו פונדערווייטנס, און צוויי מאל א יאר - א [[שבת]], נאך [[פסח]], און א שבת נאך [[סוכות]], פלעגט ער אהינפארן און וויילן מיט זיינע חסידים, און אויך צונאכצופאלגן פון זעהןנאענט די אנטוויקלונג פון דער בליענדער קהילה. אויף [[ימים נוראים]], פלעגט דער רבי אהינשיקן בעלי תפילות. יארן שפעטער ווען דער רבי האט שוין איבערגענומען די רעביסטווע און האט זיך באזירט אין מאנסי, האט ער באשלאסן צו שיקן קיין מאנטריאל זיין זון רבי אהרן, ער זאל ערפילן זיין ארט און דינען אלס רב דארט. [[אלול]] [[ה'תשנ"ז]], איז פארגעקומען א פראכטפולע מעמד הכתרה מיט דער באטייליגונג פון די גרעסטע רבנים אין מאנטריאל, וועלכע האבן אויפגעטראטן מיט דרשות לכבוד דעם מעמד, און צווישן זיי קען מען אויסרעכענען רבי [[יעקב יצחק ניימאן]], דער געוועזענער לאנגיעריגער [[דיין]] פון קהל "מחזיקי הדת" ד'חסידי [[בעלזא]] אין מאנטריאל. א שבת נאך דער הכתרה איז אנגעקומען אהין א שיינער עולם פון ניו יארק און אנדערע פלעצער כדי מיטצוהאלטן דעם ערשטן שבת מיט רבי אהרן. דער רבי איז באקאנט אלס א געוואלדיגער אוהב שלום, און האט שוין געשליכטעט פילע שטרייטן און מחלוקות צווישן גרויסע קהילות און צווישן יחידים. כסדר קומען פארשידענע מענטשן און רבנים און קלאפן אן אין טיר פונעם רבי'ן, בעטנדיג אז ער זאל זיי העלפן אויסגלייכן פארשידענע פארוויקלטע סכסוכים און ענינים. דער רבי איז באוואוסט ביי אלעמען אלס א איד וואס האט אימער אן אפענער אויער פאר יעדן איד, און וועלכער איז צוגעלאזן צו יעדן איינעם. א איז גאר א באשיידענער איד וואס טראץ דעם טאטזאך אז ער איז א געוואלדיגער מתמיד און פארמאגט אן אויסטערלישע בקיאות אין ספרי מוסר וחסידות, פירט ער זיך אויף מיט א פשטות, און שטענדיג שמייכלט צו יעדן, און לאזט זיך אראפ צו יעדן, נישט שפירנדיג אז ער איז בעסער אדער העכער פון יענעם. אלס רב האט זיך דער רבי פיל באשעפטיגט מיט שדכנות, און א דאנק אים פילצאליגע אידישע שטיבער האבן זיך אויפגעשטעלט, און אויכעט היינט צו טאגס איז דער רבי ממשיך זיך צו באשעפטיגן מיט שדכנות. די קהילה אונטער זיין הנהגה ציילט אפ ארום הונדערט משפחות, ווי אויך מוסדות ווי א בית מדרש, כולל אברכים און א תלמוד תורה.