אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יוסף לחק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 3:
דער סדר צוזאמען מיטן חק לישראל איז געדרוקט געווארן דורך א חבורה אין [[ליווארנא]] צום ערשטן מאל אין יאר [[ה'תקנ"ז]].
 
דער סדר פונעם חיד"א האט צוגעהאלפן אז דער חק לישראל זאל צושפרייט ווערן איבעראל צווישן אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, ספרדים, אשכנזים, פוילן, אונגארין. דורך דעם האבן חבורות אנגעהויבן צו לערנען אין חק, א חק ולא יעבור, מען האט האט דאס געמאכט פאר א שטענדיגן לימוד, ווייל דורכן לערנען אין חק, קומט אויס אז מען האט יעדן טאג געלערנט חלקים פון דער גאנצער תורה, פון נ"ך, משניות, א. א. וו. נאך אזוי פרי ווי צען יאר נאכן דרוקן דעם [[יוסף לחק]] מיטן '''חק לישראל''' זענען שוין געווען חבורות וואס האבן דערין עוסק געווען, ווי עס שטייט אין ספר [[יעקב לחק]] ליווארנא תקס"ז, מוסר השכל דף ז' ועוד.
 
דער חיד"א זעלבסט דערמאנט עס אין זיינס א ספר [[ככר לאדן]] דקנ"ז כי יש חברה אחת שבכל יום קרוין אגב אסיפא סדר חק לישראל, וגם ביום טוב קורין.