אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק יוחנן האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 3:
 
==לעבנסגעשיכטע און אייגנשאפטן==
רבי יצחק יוחנן איז געבוירן געווארן אין וויליאמסבורג, [[ברוקלין]], צו זיינע עלטערן הרה"ק רבי [[מרדכי האגער]], דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון [[מאנסי]], און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון הרה"ק רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]], דער פריערדיגער [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] רבי. זייענדיג א יונגער בחור, איז ער געשיקט געווארן קיין ארץ-ישראל צו לערנען אין דער ישיבה פון זיין גרויסן זיידן הרה"ק דער [[חיים מאיר האגער|אמרי חיים]], דארט וואו איז ער געזעסען און פלייסיג געלערנט טאג און נאכט. ער ווייזט א שטוינענדע בקיאות אין דעם ספר הקדוש אמרי חיים, און אויכעט קען ער פילצאליגע עובדות און מעשיות פון זיין געהויבענעם זיידן. און כמעט אלעמעאלאלעמאל ביי זיינע דרשות דערמאנט ער דעם גרויסן זיידן. ער האט געהייראט מרת חיה מינדל, טאכטער פון רבי משה האלבערשטאם, דער געוועזענער קיוויאשדער רבי פון וויליאמסבורג. נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן צו לערנען אין קיוויאשדער [[כולל]], א מקום תורה וואו ער זיצט און לערנט ביז היינטיגן טאג. נאכדעם וואס זיין פאטער האט זיך אריבערגעצויגן קיין מאנסי און האט געגרינדעט [[כתר, ניו יארק|שיכון כתר]] (א געגנט וואס איז אויסשליסליך אויפגעשטעלט געווארן פאר וויזשניצער חסידים, אום זיך אפצוזונדערן פון די רוחניות'דיגע סכנות פון דער דרויסנדיגער גאס), האט ער אים געהייסן איבערצונעמען די רבנות אין וויליאמסבורג, אן ארט וואו נאך זיין זיידע הרה"ק דער [[חיים מאיר האגער|אמרי חיים]] האט געוואוינט און משמש געווען ברבנות א שטיקל צייט. רבי יצחק יוחנן איז באקאנט אלס א צדיק תמים ונשגב, א איד וואס פארמאגט אין זיך אן אויסטערלישע ריינקייט וואס דערקענט זיך אויף זיין ליכטיגער צורה. א איד וואס איז גענצליך אויסגעטאן פון די הבלי העולם הזה, לעבט א העכערע לעבן און אינטערנסירט זיך איבערהויפט נישט אין וועלטליכע ענינים אדער סיי וועלכע נייעס. מענטשען דערציילען אז ער קען ניטאמאל זיין געבורט דאטע, און איינמאל ביים אדורכגיין דעם [[גרענעץ]], האבן אים די באאמטע געפרעגט ווען איז זיין געבורטסטאג, און ער האט טאקע נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן. פירנדיג איינע פון די גרעסטע קהילות אין וויליאמסבורג איז דער רבי אריינגעטאן אין אלע עניני הקהילה, און יעדער קליינער פרט גייט דורך זיינע הענט. דער רבי פירט די קהילה פארמגנדיג אין זיך שטייפקייט און עקשנות פון איין זייט, אבער אויך ווייכקייט פון א פוטער פון דעם צווייטן זייט, ווי א ריכטיגער מנהיג וואס פארשטייט די באדערפנישען פון די קהילה מיטגלידער. אפטמאל דאוונט דער רבי [[שחרית]] אין דער וויזשניצער [[תלמוד תורה]] מיט די קינדער און איז שטארק אריינגעלייגט אין עניני חינוך פונעם חדר. אויך אין דער [[ישיבה]] איז דער רבי אריינגעלייגט אין עניני חינוך און זארגט זיך אויף דער רוחניות'דיגער וואוילקייט פון די בחורים. ער קומט כסדר אריבער אין ישיבה צו האלטן שמועסן בעניני חינוך. אין די זומער מאנאטן דער רבי געפינט זיך אין קעמפ מיט די קינדער און בחורים, וואו ער זיצט א גאנצן טאג על התורה ועל העבודה ווי זיין שטייגער, אבער טראצדעם איז ער פארוויקלט אין יעדן פרט מיט וואס ס'איז גייט פאר אין קעמפ. אום [[כ"ט אדר]] [[ה'תשע"ח]] איז ער געקרוינט געווארן אלס א ממשיך פון זיין פאטער אין וויליאמסבורג, און די קהילה אין זיין הויפט רעכנט אויס דריי הונדערט און פופציג משפחות, ווי אויך א ברייטע נעץ פון מוסדות.
 
==קינדער==