אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלעקסאנדער צעדערבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 4:
 
צעדערבוים איז געוואָרן אין זאַמאָשטש, פוילן. נישט קוקנדיק אויף זײַן אָרעמקייט, איז ער געווען אַן אמתדיק קינד פֿון דער השכלה זינט זײַן קינדהײַט—ער האָט גערעדט העברעאיש, רוסיש, פויליש, און דײַטש, און האָט אויסגעבראַקירט דאָס חסידות פֿון זײַנע עלטערן. אין אנהייב, האָט ער אָפגעשפעט פֿון דער יידישער שפראַך ווי פֿון אַ פרימיטיוון "זשאַרגאָן"— דאָס איבערבלײַבס פֿון אַ וועלט פֿאַר דער השכלה. בכן, זײַן ערשטער חודש-זשורנאַל, "המליץ" (דער ערשטער חודש-זשורנאַל אויף העברעאיש אין דער רוסלענדישע אימפעריע), איז געוואָרן אַ פּלאַטפאָרמע פֿאַר וועלטלעכער ליטעראַטור אויף העברעאיש.
 
אָבער, האָט צעדערבוים אויך געוואָלט‎ צו דערגרייכן צו די אָרעמע, "פרימיטיווע" חסידים פֿון זײַן קינדהײַט, און בכן, אין 1863, האָט זיך אָנגעהויבן צו אַרויסגעבן אַ סופּלעמענט אויף יידיש—"קול מבשר". מיט "קול מבשר" (און זײַן נאָכקומער אין פעטערבורג, "די יידישעס פֿאָלקסבלעט"), האָט ער געפּרוווט צו נוצן יידישע איבערזעצונגען פֿון וועלטלעכער ליטעראַטור (פֿון אלעקסאנדער פושקין, לעמאָשל) צו צוציען די חסידים צו רוסיש, פויליש, און דײַטש.
 
אָבער מיט צייַט, זײַנען זײַן צילן געביטן. ווען האָט צעדערבוים געטראָפֿן מיט אַ סך
פֿון די גרעסטע יידישע ראָמאַניסטן פֿון די צייַט, ער האָט זיך אָנגעהויבן צו זען דער יידישער שפראַך ווי אַ לעביקער וועלטלעכער שפראַך. סוף-כּל-סוף, איז ער געוואָרן אַ טשעמפּיאָן פֿון וועלטלעכער ליטעראַטור אויף "זשאַרגאָן", און איז "קול מבשר" געווען אַ פּלאַטפאָרמע פֿאַר אַ סך פֿון די גרעסטע יידישע מחברים, בתוכם:
 
• מענדעלע מוכר ספרים (שלום יעקב אַבראַמאָװיטש), ראָמאַניסט
• אברהם דוב בער גאָטלאָבער, דער מחבר פֿון "דער גלגול" (אַן אַנטיחסידישע סאַטירע)
• שלום עליכם