אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנחם מענדיל האגער (קייאמישע)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
←‏לעבענסגעשיכטע: צוגעלייגט אינהאלט. ביטע נישט ענדערן זאכן אהן רשות
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 2:
 
==לעבענסגעשיכטע==
רבי מענדל איז געבוירן געווארן אין [[פאראייניגטע שטאטן]] צו זיין פאטער רבי [[מרדכי האגער]], דער פריערדיגער [[וויזשניץ מאנסי (הויף)|וויזשניצער]] רבי פון [[מאנסי]], און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון הרה"ק רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער פריערדיגער [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] רבי. ביי זיין [[ברית]], איז זיין זיידע הרה"ק דער [[חיים מאיר האגער|אמרי חיים]] געווען דער סנדק, און ער האט באקומען דעם נאמען "מנחם מענדיל" נאך דער גרינדער פון דער [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]] דינאסטיע, הרה"ק רבי [[מנחם מענדיל האגער (וויזשניץ)|מנחם מענדיל האגער]], בעל מחבר ספר "צמח צדיק". אין זיינע בחורישע יארן האט ער געלערנט אין דער וויזשניצער ישיבה אין בני ברק אונטער דעם אויפזיכט פון זיין זיידן דער אמרי חיים, פון וועם ער האט געהאט די זכיה אויסשעפן תורה און יראת שמים, און צו וועמען ער איז געווען געבונדען זייער שטארק.
ווען ער האט דעגרייכט דעם פרק 'האיש מקדש', האט ער געייהראט זיין שוועסטער קינד מרת פייגא שפרה, טאכטער פון רבי [[חי יצחק טווערסקי]], [[רחמיסטריווקא (הויף)|רחמיסטריווקער]] רבי אין אמעריקע.
 
פאר א סאך יארן האט ער געדינט אלס רב פון דער מאנסי-וויזשניצער קהילה אין דעם וויזשניצער שטעטל קיאמישע לייק, וואו עס וואוינען רעגלמעסיג 150 משפחות דורכאויס דעם יאר, און וואו ס'איז געפינט זיך די ישיבה גדולה פונעם חסידות. פילצאליגע יונגעלייט וואס האבן געלערנט אין דער ישיבה האבן אויך אהינגעצויגן וואוינען דויערהאפטיג.
דער רבי איז באקאנט אלס א קלוגער מענטש און אן אויסטערלישער תלמיד חכם, זיין דרך הלימוד איז לויט דעם אונגארישן שטייגער בעומק הפשט, זייענדיג מדייק אין יעדן ווארט. דער ספר "דקדוקי סופרים" איז אפטמאל א גאסט ביי איהם. צווישן די כתבים פונעם רבי'ן, עס זענען פאראן פילצליגע, פלפולים, חידושי תורה און שיעורים וועלכע ער האט אפגעשריבן דורכאויס די יארן.
 
גענוי ווי זיין פאטער איז ער אויך זייער שטארק קעגן בילדער, און ער לאזט נישט כאפן קיין בילדער פון אים אויף קיינען פאל.