אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלמה קוועטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
נארעשקייט: נאך בנעט זינד געווען רבנים נחום טרייביטש אונד רש"ר הירש, נאר דעמעלסט איסט ער געווארן דער אב"ד
שורה 4:
 
ער איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי [[מרדכי בנעט]], איז געווארן רב אין [[ניקאלשבורג]] 25 יאר נאכן הסתלקות פון זיין רבי'ן, שנת תרט"ו. נאך איין יאר תרט"ז איז ער נסתלק געווארן.
 
נאכן הסתלקות פון רבי מרדכי בנעט איז אין מדינת מעהרין ארויס א גזירה, אז יעדער רב מוז קענען דעם לאנדס שפראך, אויך דארף א רב נישט קענען צופיל לערנען, אויך טאר קיינער נישט חתונה מאכען נאר איין זוהן, ווער עס האט געוואלט חתונה מאכען זיינע קינדער, האט געמוזט אריבער פארען קיין אונגארען אדער פולין, (אזא סארט צרה און גזירה ווערט שוין דערמאנט אין ספר אמרי פנחס, פון הגה"ק ר' פנחס מקאריץ, אז אין אוקריינא איז געווע אזא סארט גזירה מיט 100 יאהר פארדעם), וועגען דעם האבען זיך רוב גדולי הרבנים זיך אוועק געצויגען פון בעהמען, און אין ניקלשוברג איז נישט געווען קיין רב 25 יאהר.
 
בערך שנת תר"כ איז הגה"ק ר' יודא אסאד געפארען חתונה מאכען זיין זיין זון מיט די טאכטער פון ר' גליזערמאן פון ניקלשוברג, דער דעמאלדיגער רב האט ליידער נישט געוואלט לאזן מאכען די חופה לויט די הייליגע מסורת, (קיטל, תחת קיפת השמים), האט רבי יודא אסאד גענומען די גאנצע חתונה צו א זייטיגען שטעטיל און דארט געמאכט די חתונה.