אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלגעברע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אנגעהויבן אן אפטיילונג
שורה 15:
== עטימאלאגיע ==
דאס ווארט "אלגעברע" איז [[לאטיין]] פונעם [[אראביש]] ווארט "אַל־דזשאַבר" ("אָפגיסן") און איז גענומען פונעם מאטעמאטיק בוך ''אל־מאקאלא פֿי היסאב־אל דזשאבר ווא־אל־מוקאבילאה'' ("עסיי וועגן דער קאמפוטאציע פון אפגיסן און גלייכונג"), געשריבן אינעם [[9טער י"ה|9טן יארהונדערט]] דורכן בארימטן [[פערסער|פערסישער]] מאטעמאטיקער [[אל־כוואריזמי]], וואס האט געבליט אין [[באגדאד]] אין די יארן [[813-833]], און איז געשטארבן אין 840. מ'האט געברענגט דאס בוך קיין [[אייראפע]] און געהאט עס איבערגעזעצט אויף לאטיין אינעם [[12טער י"ה|12טן יארהונדערט]]; מען האט געגעבן דאס בוך דעם נאמען 'אלגעברע'.
 
== אלגעברע: א צווייג פון מאטעמאטיק ==
 
אלגעברע האט אנגעהויבן מיט קאמפוטאציעס גאנץ ענדלעך צו די קאמפוטאציעס פון [[אריטמעטיק]], אבער מיט בוכשטאבן אנטשטאט נומערן.<ref name=citeboyer /> דאס האט דערלויבט באווייזן פון אייגנשאפטן וואס זענען וואר פאר אלע נומערן. למשל, אין דער [[קוואדראטישע גלייכונג|קוואדראטישער גלייכונג]]
:<math>ax^2+bx+c=0,</math>
קענען <math>a, b, c</math> רעפרעזענטירן נארוועלכע נומערן (בתנאי אז <math>a</math> טאר נישט זיין גלייך צו <math>0</math>), דעמאלסט קען מען ניצן דעם [[קוואדראטישע פארמל|קוואדראטישן פארמל]] צו דערגיין גאנץ גיך און גרינג די ווערטן פון דעם אומבאוואוסטן קוואנטיטעט <math>x</math> וואס באפרידיקט די גלייכונג; ד״ה מען קען געפינען אלע לייזונגען פון דער גלייכונג.
 
==רעפערענצן==
{{רעפליסטע}}
 
 
{{מאטעמאטיק-שטומף}}