אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלעקסאנדער דער גרויסער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
קליין־אזיע
שורה 22:
 
== די פוסרייזע איינצונעמען די פערסישע אימפעריע ==
 
=== קליין־אזיע ===
דער ים־פלאט האט געפירט אלעקסאנדער׳ס מיליטער צו די בארטנס פון [[קליין אזיע]]. זיי האבן אראפגעשטיגן און דער שטארקער פערסישער פלאט האט זיי נישט געשטערט, פארוואס ווייסט מען נישט. ווען די פערסער זענען דערגאנגען וועגן דער אינוואזיע האבן זיי געהאלטן א מלחמה־ראט אין זעליי (Ζέλεια). ביי דער דעבאטע אין דעם ראט האט [[מעמנאן פון ראדאס|מעמנאן]], דער גריכישער גענעראל וואס האט פארדינגען זיינע דינסטן צו די פערסער, פארגעשטעלט צו די סאטראפן נישט צו האלטן אן אפענע קאנפראנטאציע מיט אלעקסאנדער׳ס מיליטער, נאר צו פירן אן אפגעסמאליעטע ערד סטראטעגיע כדי צו פארלענגערן דעם קאמף און צו פארשוואכן די מיליטער פון אלעקסאנדער, וואס איז געווען עקאנאמיש באדריקט. אויך האט ער פארגעשלאגן צו ניצן דעם שטארקן פערסישן פלאט אריבערצופירן דעם קאמף אריין אין גריכנלאנד אליין.{{הערה| Peter Green Alexander of Macedon 356 - 323, university of california press, p 170}}
 
די פערסישע סאטראפן אין קליין־אזיע, ספעציעל ארסיטעס, אין וועמענס סאטראפיע שטח האט אלעקסאנדער׳ס מיליטער אראפגעשטיגן, האבן זיך דערגעגנט צו דעם פלאן און האבן געפעדערט צו קאנפראנטירן אלעקסאנדער אין א דירעקטן קאמף. די קאנפראנטאציע האט פאסירט ביי דער [[קאמף פון גראניקאס]], וואס האט געענדיגט מיט א צעשטערישן פערסישן דורכפאל. די איבערגעבליבענע פערסישע קראפטן אונטער מעמנאן האבן זיך צוריקגעצויגן צו די שטעט [[מילטאס]] און [[העליקראנסאס]].
 
דער ניצחון ביי דער קאמף פון גראניקאס האט געהאלפן אלעקסאנדער פעסטצושטעלן זיין הערשאפט אין קליין־אזיע. קליין־אזיע איז נישט געווען אן איינצעלע פאליטישע וועזן, נאר איז געווען צוזאמענגעשטעלט פון עטלעכע [[פראווינץ|פראווינצן]], וואס אין טייל פון זיי איז געווען די [[העלעניזם|גריכישע קולטור]] גוט איינגעווארצלט, ספעציעל אין [[איאניע]], אבער ווייניגער אין [[קאריע]], אין מערב קליין־אזיע.
 
רוב פון די גריכישע שטעט האבן געזען אלעקסאנדער ווי דער באפרייער פונעם פערסישן יאך, אבער מילטאס און [[הליקרנסוס|העליקראנסאס]], וואס איז געווען גוט באפעסטיקט, האבן זיך דערקעגנט צו אים. ביז מען האט באזיגט העליקראנסאס האט געפאדערט א באלאגערונג וואס האט געדויערט ביז ווינטער. ווען העליקראנסאס איז געפאלן, האט דריווש דערלויבט מעמנאן אויספירן זיין פלאן.{{הערה| Ilya Gershevitch (editor) The Cambridge history of Iran vol 2, p 427}} מעמנאן האט אינוואדירט מיט דעם פערסישן פלאט עטלעכע אינזלען, אבער קורץ נאכהער איז ער געשטארבן. מיט זיין טויט האט דער פלאן פארלוירן זיין באוועגענדיגע מאכט, און די אינוואזיע איז דורכגעפאלן.
 
נאכן באזיגן העליקראנסאס האט אלעקסאנדער ווייטער געצויגן קיין מזרח לענגאויס דעם דרום בארטן פון קליין־אזיע, דורך [[ליקיה|ליקיע]] און [[פמפיליה|פאמפיליע]]. מיט דעם האט ער דערגרייכט אין מאי 333 פאר דער ציווילער תקופה צו [[גורדיום|גארדיום]], דארט האט ער געלייזט דעם רעטעניש פונעם [[גארדישער קנופ|גארדישן קנופ]]. לויט דער לעגענדע, ווער עס וועט אויפבינדן דעם קנופ וועט באקומען די הערשאפט איבער גאנץ אזיע. אלעקסאנדער האט זיך נישט אריינגעלייגט אין דעם פלאנטער פון טרעפן די עקן פונעם קנופ, נאר ער האט אים געשניטן מיט זיין שווערד.
 
 
== מלחמה-רייזעס אין דעם מיטל מזרח ==