אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן מנחם מענדל טווערסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 2:
הרב '''אהרן מנחם מענדל טווערסקי''' (געבוירן [[ח' כסלו]] [[ה'תשכ"ב]]) איז דער עלטסטער זון פון [[דוד טווערסקי|סקווערער רבי'ן]] און מרת חנה חיה, טאכטער פון הרה"ק רבי [[משה יהושע האגער]], דער פריערדיגער [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]] רבי פון [[בני ברק]]. ער ווערט געזען ווי דער ממשיך השלשלת הקודש, נאך יעצט בחייו פונעם טאטן טוט אים שוין דער טאטע שיקן אויף פארשידענע שליחות'ן און אויפגאבעס.
 
[[ב' אדר]] [[ה'תשמ"ב]] האט ער געהייראט זיין שוועסטער קינד מרת חוה רייזל, טאכטער פון רבי [[מרדכי האגער]], דער גרינדער און פריערדיגער רבי פונעם [[וויזשניץ מאנסי (הויף)|מאנסי-וויזשניצער]] רבי פון מאנסיהויף, וועלכער איז אויך געווען זיין פעטער (איידעם פונעם פריערדיגן סקווערער רבי, רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]]), און וואס איז אויכעטאויך זיין עלטער פעטער (ווייל ער איז א ברודער פון זיין זיידע דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק).
 
ווי אויך ווערט דער קייט ווייטער געצויגן אז זיין עלטסטער זון הרב יעקב יוסף - דאס עלטסטע אייניקל פון סקווערער רבי'ן, איז אן איידעם ביי זיין ברודער וואס זיין טאכטער מרת מרגלית איז דאס צווייטע עלטסטע אייניקל.
 
ער איז אויכעטפלעגט מכבד זיין שווער, דער וויזשניצער רבי פון מאנסי גאר שטארק. א סאך מאל ווען זיין שווער פירטהאט געפירט א [[טיש]] פרייטיג צונאכטס, גייטאיז ער געגאנגען צופיס קיין [[מאנסי]] און טראצדעם וואס דער גאנג איז לאנג און דויערט כמעט א שעה צייט, בלייבטאיז ער נישט געבליבן שלאפן אין מאנסי און ער קומטפלעגט צוריק שפאצירן אהיים קיין [[שיכון סקווירא]] גלייך נאכן טיש.
 
רבי אהרן מענדל פירט זיך אנטייל נעמען אין די פארהערן פון די סקווערער ישיבה בחורים, און זיי ווייסן אז זיי ברויכן זיך גוט צוצוגרייטן צום פארהער (זיי בעטן אז ער זאל נישט מקפיד זיין אויף זיי). אמאל אמאל פירט ער אויכעט פאר די בחורים א [[באטע]] אין זיין שטוב פרייטיג צונאכט. במשך פונעם באטע דערציילט ער מעשיות פון צדיקים וואס זייער יארצייט פאלט אויס אין יענע וואך.