אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קרית יואל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
שורה 19:
במשך פון צען יאר זייט [[ה'תשס"ה]] האט די קהלה פון רבי אהרן געבויט נאך 14 גרויסע בתי מדרשים און מקוואות אין רעזולטאט פון דער שטארקע פארברייטערונג פון דער שטאט. די בתי מדרשים ווערן בעיקר באנוצט פאר מנינים אינדערוואכן, ווי אויך איז אין יעדן בית המדרש אויפן פארלאנג פונעם רב געבויט געווארן גרויסע אויגפארכאפנדע היכלי התורה וועלכע ווערן באנוצט אין די פארטאגס שעה'ן און אויפדערנאכט פאר שיעורי תורה בחברותא.
 
די קהלה פון רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]] טוט פארמאגן עטליכע בתי מדרשים לענגאויס דער שטאט, און צוגאב צו נאך עטליכע פריוואטע בתי מדרשים וואס געהערן פאר אנהענגער פון פון זיין קהילה. ווי אויך טוען זיי פארמאגן מוסדות התורה מיט דרייבערך פינעף און א האלב טויזנט קינדער וואס לערנען אין עטליכע פראכטפולע בנינים ביי די גרעניצן פונעם שטעטל.
אין קרית יואל געפונען זיך אויכעט עטליכע בתי מדרשים פון דער [[בני יואל|בני יואלער]] קהילה, דער הויפט הייסט "דער רעביצינס בית מדרש" וואו עס האט געוואוינט רעביצין [[אלטא פייגא טייטלבוים]] ביז צו איר פטירה, און היינט דאווענען דארט א סאך חסידים פון דער קהילה.