אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יהודה משי זהב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 6:
 
==געזעלשאפטליכע טעטיגקייט==
==אלס אן אקטיוויסט פון נטורי קרתא==
אין זיין יוגנט, פלעגט ער אויספירן פילפאכע [[פראטעסט|מחאה]] אקטיוויטעטן. זיין אקטיווקייט האט זיך אנגעהויבן זייענדיג אן אייניקל פון ר' יוסף שיינבערגער, דער דעמאלטסדיגער [[גענעראל]] פאר אלע עדה החרדית מערכות. משי זהב איז געווען באקאנט אלס גענעראל און אונטערנעמער פון אלע מערכות און קאמפן פון דער עדה החרדית און [[קנאים]] קעגן דעם [[ציונות]] [[אידיאל]] און אלעס וואס האט צו טוהן מיט איר [[רעגירונג]] און אירע מוסדות. צוליב דעם, האט ער באהויפטעט אז ער איז פארהאפטעט געווארן דורך דער ציוניסטישער [[פאליציי]], נישט ווייניגער ווי 24 מאל.
 
שורה 12 ⟵ 13:
ער פלעגט אויך אנפירן אלע פייניגונג מיטלען פון דער חרדישער [[משמרת הצניעות]] {{מקור}} פון די אמאליגע צייטן אין ירושלים.
 
ער פלעגט אויך אנטייל נעמען אין די געוואלטיגע אקטיוויטעטן מיט [[נטורי קרתא]] ווען [[ירחמיאל ישראל יצחק דאמב]], א חרדישער איד פון [[לאנדאן]], וועלכער פלעגט געהערן צו דעם מער עקסטרעמיסטן שיכט פון נטורי קרתא (דער קאצענעלבויגן קרייז), פלעגט אנקומען קיין א"י איינמאל א יאר און אויפטרעטן קעגן פארשידענע רבנים, וואס זענען געווען לויט זיין שיטה "נישט גענוג" קנאים (אריינגערעכנט רבנים פון דער עדה החרדית און פון נטורי קרתא).
 
ער האט אנגעפירט אלע קאמפן קעגן [[בחירות]] און אלע [[קבלת פנים]] פאראנשטאלטונגען פאר די [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] [[אדמורי"ם]] ווען זיי זענען געקומען טיילן [[געלט]] פאר די [[מוסדות]] ה[[חינוך]] וואס זענען זיך [[נזיר|מתנזר]] פון אננעמען געלט פון דער ציוניסטישער רעגירונג.
 
לעצטנס האט ער געמוזט אויפגעבן די פירערשאפט פון [[זק"א]] וואס איז זייער א בכבודיגע ארגענעזאציע, און דאס איבערגעבן פאר זיין [[מחותן]] ר' [[דודי זילבערשלאג]] דאס צו פירן.
 
 
{{גרונטסארטיר:משי זהב}}