אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מרדכי האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
←‏ביאגראפיע: צוגעלייגט אינהאלט און פארבעסערט א ביסל
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 31:
 
== ביאגראפיע ==
ר'רבי מרדכי איז געבוירן אין יאר [[ה'תרפ"ב]] צו זיין פאטער, רבי [[חיים מאיר האגער]] פון [[וויזשניץ (שטעטל)|וויזשניץ]], און זיין מוטער מרת מרגליא, א טאכטער פון רבי [[וועלוועלע טווערסקי]] פון [[רחמיסטריווקא (הויף)|רחמיסטריווקא]]. זייט זיינע קינדערישע יארן איז ער געווען אנגעקניפט צו זיין זיידן רבי [[ישראל האגער (א)|ישראל האגער]] דער "אהבת ישראל". יונגערהייט האט ער איבערגעלאזט זיין פאטער'ס שטוב און געגאנגען לערנען א שטיקל צייט ביים [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבין, רבי [[יואל טייטלבוים]] וועמען ער האט פארעכנט פאר זיין רבין.
 
שפעטער איז ער אריין לערנען אין דער ישיבה פון הרה"ק בעל [[יוסף גרינוואלד|ויחי יוסף]] פון [[פאפא]] . אין די ביטערע קריגס-יארן, איז זיין טאטע דער אמרי חיים געראטעוועט געווארן מיט אלע קינדער בדרך נס. (א גרויסער אנטייל אין דער רעטונג פון דער משפחה האט גענומען די שוועסטער פונעם רבי'ן הרבנית מרת [[שבע ברכה ערנסטער]] דער רבי האט געפלוכטעט קיין [[בוקארעסט]], רומעניע, אום [[י”ט אייר]], א טאג נאך [[ל”ג בעומר]]. שפעטער, נאכדעם וואס האט ער שוין אנגעקומען צו א זיכערן ארט, פלעגט ער יעדעס יאר אפצייכנען די חשובע און אומפארגעסליכע געשעעניש און פראווען א לחיים טיש לכבוד דער הצלה און אומגעהויערע ניסים וואס דער אייבישטער האט געמאכט.
צום ערשטן מאל האט ער געהייראט מרת פייגא מלכה, א טאכטער פונעם [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] רבין, רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]]. נאכדעם וואס זי איז אוועק אהן איבערלאזן קיין קינדער, האט ער געהייראט איר שוועסטער מרת סימא מירל און צוזאמען אינאיינעם האבן זיי געהאט 14 קינדער.
 
נאך דער קריג איז ער צוריק קיין גרויסווארדיין, וואו ער האט מרביץ תורה געווען פאר בחורים פליטים וועלכע האבן איבערגעלעבט דעם קריג, און אין זיי אריינגעבלאזן א פרישן חיות פון תורה און עבדות ה׳.
נאכדעם וואס די [[צווייטע וועלט קריג]] האט זיך געענדיגט, האט ער זיך אריבערגעצויגן צוזאמען מיט זיין שווער און ווייב אין [[פארייניקטע שטאטן|אמעריקע]], דארט וואו ער איז באשטימט געווארן רב פון דער ארטיגער וויזשניצער געמיינדע, אנפאנג אין [[בארא פארק]] און דערנאך אין [[וויליאמסבורג]]. נאך א געוויסער צייט האט ער באשלאסן אז די ענגשאפט אין שטאט געפעלט אים נישט און ער איז אריבערגעגאנגען צו וואוינען אין [[מאנסי]].
 
חודש [[סיון]] [[ה'תש״ה]], זייענדיג אין בוקארעסט, האט דער רבי חתונה געהאט מיט הרבנית פייגא מלכה, די טאכטער פון הרה"ק רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]], דער פריערדיגער [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] רבי. נאכדעם וואס זי איז נפטר געווארן א קורצע צייט נאך דער חתונה, האט דער רבי חתונה געהאט מיט איר שוועסטער, הרבנית מרת סימא מירל, און מיט איר
האט ער אויפגעשטעלט זיין בית נאמן בישראל אין דער שטאט דארנא, [[רומעניע]].
 
ווען זיין שווער דער סקווערער רבי האט פארלאזט דעם מיט בלוט-געווייקטן [[אייראפע|אייראפעישן]] באדן, האט דער רבי זיך אנגעשלאסן און אינאיינעם אפגערייזט קיין אמעריקע, וואו איז אנגעקומען גענוי מיט זיבעציג יאר פאר זיין פטירה, ער”ח ניסן תש”ח. זאפארט נאך דעם אנקום קיין אמעריקע, האט דער רבי אנגעהויבן דינען אלס רב פאר די ארטיגע וויזשניצער חסידים, צום ערשט האט ער זיך באזעצט אין [[בארא פארק]], און נאכהער אין [[וויליאמסבורג]].
 
אין יענע יארן האט ער געוואוינט קעגנאיבער דעם הויז פונעם סאטמארער רבי הרה"ק רבי [[יואל טייטלבוים]], פון וועם איז ער געווען א תלמיד וחסיד מובהק, און דעריבער איז ער געווען אן אפטער גאסט ביים רבי’ן אין שטוב, און צומאל אפילו פארברענגט גאנצע נעכט בעניני השקפה, און גלייכפאלס האט ער אויך גענאסן פון אן אויסטערלישע הערצה און חביבות פונעם רבי'ן.
 
אין יאר [[ה'תשכ”ד]], האט דער רבי באשלאסן צו פארלאזן די שטאט, זעענדיג אז ישיבת כרכים קשה, און ס’איז שווער מחנך צו זיין דורות אין שטאט. טראץ וואס ס’איז געווען ביטער שווער, און ס׳האט אויסגעזען ווי אן אוממעגליכע זאך, האט דער רבי זיך אויפגעהויבן מיט א גרופע משפחות פון חסידים און זיך געצויגן קיין מאנסי, אין אפסטעיט ניו יארק, און דארט געגרינדעט א נייע שכונה פאר חסידי וויזשניץ. תמוז תשכ״ד איז אפיציעל באנייעט געווארן דאס נייע וויזשניצער שטעטל אין מאנסי.
 
ביז ווען זיין פאטער דער אמרי חיים האט נאך געלעבט, פלעגט דער רבי פארן יעדעס יאר קיין ארץ ישראל, און דארט געדאוונט פאר’ן עמוד און געדינט אלס בעל תוקע.
 
אין [[ה'תשל"ב]], נאך דער פטירה פון זיין טאטן, זענען ביידע ברידער באקרוינט געווארן רביס. אין ארץ ישראל האט איבערגענומען דער פירערשאפט דער עלטערער ברודער, רבי [[משה יהושע האגער|משה יהושע]], און אין אמעריקע רבי מרדכי.