אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צבי הירש ראזנבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏רבנות: פאראכטן פעלער
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 10:
 
==רבנות==
נאך די מלחמה איז ער געגאנגען לערנען אין די ישיבה ביי רבי [[יוסף צבי דושינסקי]], ער האט שוין אנגעהויבן פראווענען פאר די חתונה, ער האט קודם געוואוינט אין [[קרית אתא|כפר אתא]] און דערנאך אין יאר [[ה'תשמ"ב]] איז ער געגאנגען וואוינען קיין [[ירושלים]], וואו ער האט אויפגעשטעלט א בית מדרש אויף דער אבינועם ילין גאס. ער פלעגט גאר שטארק זיך קאכן אין קדושת שבת, ער פלעגט פירען גאר לאנגע שבת [[טיש]]ן, ער האט געהאט גרויסע ענינים ביים עסן די קוגל פרייטאג צונאכטס, און טאנצן א לאנגע צייט ביים [[טיש]], ער פלעגט דאווענען לאנג און מיט א ברען. יעדע זאך אין [[אידישקייט]] איז געווען ביי אים א גרויסער עסק, ווי למשל זיין הדלקות נרות חנוכה, אדער זיין ספירה ציילן, מגילה ליינען, וכדומה, ער פלעגט פארלערנען [[תניא]], יעדן טאג פארן דאווענען, און ער איז געווען זייער מקושר צום [[שניאור זלמן פון לאדי|בעל התניא]], און ער פלעגט אים רופן דער הייליגער רבי דער בעל התניא.
 
ער איז געווען זייער נאנט מיט רבי [[אהרן רוקח|אהר'לע בעלזער]], און רבי אהר'לע איז צוויי מאל איינגעשטאנען ביי אים, אויך האט ער זיך געהאלטן נאנט מיט רבי [[מנחם מענדל שניאורסאהן]], דער [[ליובאוויטש]]ער [[רבי]], און אין דער זעלבער צייט איז ער געווען נאנט מיט רבי [[יואל טייטלבוים]], דער [[סאטמאר (הויף)|סאטמארע]] [[רבי]], און ער האט נישט געזען קיין סתירה און דעם.