אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צבי הירש ראזנבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
צוגעלייגט אינהאלט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
←‏אפשטאם: צוגעלייגט אינהאלט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 4:
רבי צבי הירש איז א זון פון רבי [[ניסן חיים רויזענבוים]] אב"ד [[בראדשין]], וואס ער איז א זון פון רבי [[אליעזר זאב רויזענבוים]], וואס ער איז א זון פון רבי [[מאיר רויזענבוים]], וואס ער איז א זון פון רבי [[מרדכי לייפער|מרדכי'לע נאדווערנער]]
==יוגנט==
{{יתום}}
רבי הערשעלע איז געבוירן בערך [[ה'תרפ"ב|תרפ"ב]].
 
אלץ בחור זיך זייער אסאך געדרייט ביי זיין זיידע רבי [[אליעזר זאב רויזענבוים|לייזער וואלף]] און דארט האט ער קונה געווען זיין גאנצער דרך, ער האט געלערנט זייער אסאך [[תניא]], ער האט אלץ בחור געענדיגט 101 מאל די ספר. ער איז א חתן געווארן צו שפרה רויזענבוים די טאכטער פון זיין פעטער רבי [[חיים מרדכי רויזענבוים]] פון [[נאדווערנע]], זיי זענען געווארן חתן כלה פאר די [[צווייטע וועלט מלחמה]], אבער חתונה געהאט האבן זיי נאך די מלחמה
דער קרעטשניפער רבי פון ירושלים, רבי '''צבי הירש ראָזענבוים''' ז”ל, איז נפטר געוואָרן אין ט"ז אייר [[ה'תשס"ו]], אין עלטער פון 84 יאָר. זיינע זין זענען ר’ ניסן און ר’ זיידל, דער איידעם האדמו”ר מביאַלע-בני-ברק, [[חסידים]] פון דעם [[רבי]]’ן און [[חרדישע]] [[אידן]] איבער דער גאָרער וועלט האָבן באַוויינט די אבידה פון איינעם פון די עלטסטע רבנים פון דער שארית הפליטה.
 
==ביי די מלחמה==
רבי הערשעלע האט זיך אסאך ארומגעדרייט מיט רבי [[יחיאל מיכל מיכלאוויטש|מיכל'ע מ'נתני']], ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז די איינציגסטע זאך וואס האט אים געפעלט ביי די מלחמה איז א בית המדרש וואס דאווענט אויפן זיידנ'ס נוסח
 
 
==רבנות=
נאך די מלחמה איז ער געגאנגען לערנען אין די ישיבה ביי רבי [[יוסף צבי דושינסקי]], ער האט שוין אנגעהויבן פראווענען פאר די חתונה, ער האט קודם געוואוינט אין [[כפר אתא]] און דערנאך איז ער געגאנגען וואוינען קיין [[ירושלים]], ער פלעגט פירען גאר לאנגע שבת [[טיש]]ן, ער פלעגט גאר שטארק זיך קאכען אין קדושת שבת, ער פלעגט דאווענען לאנג און מיט א ברען, א יעדע זאך אין אידישקייט איז געווען ביי אים א גרויסע עסק, למשל זיין הדלקות נירות חנוכה, אדער זיין ספירה ציילן, וכדומה, ער פלעגט פארלערנען [[תניא]] א יעדן טאג פארן דאווענען, און ער איז געווען זייער מקושר צום [[שניאור זלמן שניאורסאן|אלטע רבי'ן]], און ער פלעגט אים רופן די הייליגע רבי די בעל התניא.
 
ער איז געווען זייער נאנט מיט רבי [[אהרן רוקח|אהר'לע בעלזער]], און רבי אהר'לע איז צוויי מאל איינגעשטאנען ביי אים, אויך האט ער זיך געהאלטן נאנט מיט רבי [[מנחם מענדל שניאורסאן (ב)|מנחם מענדל שניאורסאן]] [[ליובאוויטש]]ער [[רבי]], און אין די זעלבע צייט איז ער געווען נאנט מיט רבי [[יואל טייטלבוים]] די [[סאטמאר (הויף)|סאטמארע]] [[רבי]], און ער האט נישט געזען קיין סתירה און דעם.
 
ער האט געהאלטן שטארק אקעגן די ציונים און די [[אגודה]], ער האט נישט אנטייל גענומען אין די בחירות, און ווען די ציונים האבן באפרייט די [[כותל המערבי]] האט ער גע'אסר'ט פאר זיינע חסידים צו גיין אהין.
 
==הסתלקות==
נאך [[פורים]] [[ה'תשס"ו|תשס"ו]] האט זיך זיין מצב הבריאות שטארק פארערגערט און ער האט גערופן זיין זון רבי [[זיידא אליעזר זאב רויזענבוים|זיידל]] זאל קומען פון [[אמעריקא]], און [[מוצאי שבת]] פרשת [[אמור]] [[ט"ז אייר]] [[ה'תשס"ו]] איז ער נפטר געווארן. און [[חסידים]] פון דעם [[רבי]]’ן און [[חרדישע]] [[אידן]] איבער דער גאָרער וועלט האָבן באַוויינט די אבידה פון איינעם פון די עלטסטע רבנים פון דער שארית הפליטה.
 
=משפחה==
 
* זיינע זין
** רבי [[ניסן חיים מרדכי רויזענבוים]]
** רבי [[זיידא אליעזר זאב רויזענבוים]]
*זיין איידעם
** האדמו”ר מביאַלע-בני-ברק,
 
{{גרונטסארטיר:רויזנבוים, צבי}}