אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך שמשון האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 5:
רבי ברוך שמשון איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תשכ"ד אין [[פאראייניגטע שטאטן|אמעריקע]] צו זיין פאטער, [[רבי מרדכי האגער]], דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון הרה"ק רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]] פון [[סקווירא (הויף)|סקווירא]].
אין יאר [[ה'תשמ"ג]] האט ער געהייראט מרת מרים, טאכטער פון זיין שוועסטער-קינד רבי [[ישראל האגער (ב)|ישראל האגער]], דער וויזשניצער רבי פון בני ברק.
נאך זיין חתונה איז ער אריבערגעצויגן קיין [[ישראל|ארץ ישראל]]. עטליכע יארן שפעטער איז ער באשטימט געווארן רב פון זיין פאטער'ס חסידים אין בני ברק, דארט וואו האט ער געוואוינט פאר פילע יארן. אנפאנג פון די [[ה'תש"ס]] יארן האט ער אויפגעגרינדעט אין [[בית שמש]] א [[בית מדרש]] און א קהילה וואס האט זיך היפש פארברייטערט מיט די יארן, און אנשליסנד האט ער געטוישט זיין וואוינארט צו בית שמש מיט דער דערמונטערונג פונעם פאטער און פונעם שווער. היינט איז ער דער וועג ווייזער פון הונדערטער חסידים. ער איז באוואוסט אלס א גרויסער תלמיד חכם, און פילע חסידים קומען צו אים פאר עצות און ברכות. טראצדעם וואס ער וואוינט אין בית שמש פארט ער אפטמאל קיין בני ברק צו פארברענגן שבתים מיט די חסידים. זיין פעטער און רעביצינ'ס זיידע הרה"ק בעל ה"[[משה יהושע האגער|ישועות משה]]" פון וויזשניץ, פלעגט פילמאל זיך איבערשרייבן מיט אים אין עניינים פון לימוד.
נאך דער פטירה פון זיין פאטער אום [[כ"ט אדר]] [[ה'תשע"ח]], איז ער באקרוינט געווארן אלס דער הויפט רבי פון וויזשניץ-מאנסי אין ארץ ישראל (בית שמש און בני ברק]]).
 
==קינדער==