אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק לעבאוויטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏רבנות: ציגעלייגט איטערסאנטע איפארמאציע
שורה 21:
ער איז אלס אינגערמאן נאך דער חתונה געווען א [[מגיד שיעור]] אין דער [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] ישיבה תורה ויראה ער איז געווען דער אינגסטער ר"מ בחייו פונעם סאטמאר רב, רבי יואל זי"ע.
 
אין יאר ה'תשל"ו האט ער געגרינדעט זיין ישיבה ישרש יעקב אין זיין [[בית מדרש|בית המדרש]] אויף ראטלעדזש סטריט אין וויליאמסבורג (היינט קאראד'ער ביהמ"ד) די נאמען ישרש יעקב נאך זיין זיידע הגה"ק רבי יעקב שפירא זצ"ל אב"ד טערצאהל, אבער ער האט אייביג שטארק געוואלט מקיים זיין וואס עס שטייט אין פרקי אבות ״הוה גולה למקום תורה״ צו לערנען תורה מיט די בחורים אוועק פון די געמיינע שטאטישע גאסן אויף א רואיגן ארט.
 
אין יאר ה'תשל"ח האט ער זיך אריבער געצויגן מיט דער ישיבה קיין וויינלאנד [[ניו זשערסי|ניו דזשערזי]] פאר איין יאר, אבער לא אסתייעא מילתא (ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט) און צוליב דעם וואס עס איז געווען א געדינגענער פלאץ און דער בעל הבית האט נישט געוואלט באנייען דעם קאנטראקט, האט מען זיך געמוזט צוריקציען קיין וויליאמסבורג.