אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק לעבאוויטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רעדאַקטירונגען פֿון 67.86.134.44 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער
טאַג: צוריקדריי
שורה 21:
ער איז אלס אינגערמאן נאך דער חתונה געווען א [[מגיד שיעור]] אין דער [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] ישיבה תורה ויראה ער איז געווען דער אינגסטער ר"מ בחייו פונעם סאטמאר רב, רבי יואל זי"ע.
 
אין יאר ה'תשל"ו האט ער געגרינדעט זיין ישיבה ישרש יעקב אין זיין [[בית מדרש|בית המדרש]] אויף ראטלעדזש סטריט אין וויליאמסבורג (היינט קאראד'ער ביהמ"ד) אבער ער האט אייביג שטארק געוואלט מקיים זיין וואס עס שטייט אין פרקי אבות ״הוה גולה למקום תורה״ צו לערנען תורה מיט די בחורים אוועק פון די געמיינע שטאטישע גאסן אויף א רואיגן ארט.
 
אין יאר ה'תשל"ח האט ער זיך אריבער געצויגן מיט דער ישיבה קיין וויינלאנד [[ניו זשערסי|ניו דזשערזי]] פאר איין יאר, אבער לא אסתייעא מילתא (ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט) און צוליב דעם וואס עס איז געווען א געדינגענער פלאץ און דער בעל הבית האט נישט געוואלט באנייען דעם קאנטראקט, האט מען זיך געמוזט צוריקציען קיין וויליאמסבורג.
 
==וואודרידזש==
 
אין יאר ה'תשמ"ה האט ער מיט דער הילף און עסקנות פון יצחק אייזיק קעפעטש פון מאנסי, זיך געצויגן קיין וואודרידזש אינאיינעם מיט דער ישיבה.
 
אין יאר ה'תשנ"ח האט מען מיט דער הילף און באשטייערונגען פון עטליכע תומכים אויפגעבויט דעם נייעם פראכטפולן בית המדרש הגדול.
 
דער אלטער בית המדרש דינט היינט צוטאגס אלס א פריוואטער ספרים צימער פארן רב.