אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך שמשון האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט '{{נישט פארטיק}} רבי '''ברוך שמשון האגער''' (געבוירן ז' שבט ה'תשכ"ד), איז דער וויזשניץ-מאנ...'
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
 
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 4:
==לעבענסגעשיכטע==
רבי ברוך שמשון איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תשכ"ד אין אמעריקע צו זיין פאטער, [[רבי מרדכי האגער]], דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון הרה"ק רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]] פון [[סקווירא (הויף)|סקווירא]].
אין יאר [[ה'תשמ"ג]] האט ער געהייראט מרת מרים, טאכטער פון זיין שוועסטער-קינד רבי [[ישראל האגער (ב')|ישראל האגער]], דער וויזשניצער רבי פון [[בני ברק]].
נאך זיין חתונה איז ער אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל. עטליכע יארן שפעטער איז ער באשטימט געווארן רב פון זיין פאטער'ס חסידים אין [[בני ברק]], דארט וואו האט ער געוואוינט פאר פילע יארן. אנפאנג די [[ה'תש"ס]] יארן האט ער אויפגעגרינדעט א בית מדרש און א קהילה וואס האט זיך היפש פארברייטערט מיט די יארן, און אנשליסנד האט ער געטוישט זיין וואוינארט צו בית שמש מיט דער דערמונטערונג פונעם פאטער און פונעם שווער. היינט איז ער דער וועג ווייזער פון הונדערטער חסידים. ער איז באוואוסט אלס א גרויסער תלמיד חכם, און פילע חסידים קומען צו אים פאר עצות און ברכות. טראצדעם וואס ער וואוינט אין בית שמש פארט ער אפטמאל קיין בני ברק צו פארברענגן שבתים מיט די חסידים. זיין פעטער און רעביצינ'ס זיידע הרה"ק בעל ה"[[משה יהושע האגער|ישועות משה]]" פון וויזשניץ, פלעגט פילמאל זיך איבערשרייבן מיט אים אין ענינים פון לימוד.
נאך דער פטירה פון זיין פאטער אום [[כ"ט אדר]] [[ה'תשע"ח]], איז ער באקרוינט געווארן רבי פון וויזשניץ-מאנסי אין ארץ ישראל.
==קינדער==
*מרת ציפורה ברכה, ווייב פון רבי חיים מאיר, זון פון רבי [[יצחק יוחנן האגער]], דער וויזשניצער רבי פון [[וויליאמסבורג]].
*מרת מרגלית, ווייב פון רבי חיים מאיר, זון פון רבי [[מנחם מענדל האגער]], דער וויזשניצער רבי פון [[קייאמישע לייק]].
*מרת בריינא פריידא, ווייב פון רבי ישראל, זון פון רבי אברהם דוב טווערסקי, [[רחמיסטריווקא (הויף)|רחמיסטריווקער]] רב פון מאנסי.
*רבי יוחנן. האט געהייראט בזיווג ראשון מרת חיה פייגא, טאכטער פון רבי ישראל שנעעבאלג‏, און נאכדעם וואס זי איז נפטר געווארן ביים געבן געבורט צו איר קינד, האט ער געהייראט איר שוועסטער מרת טראנא.
*רבי חיים מאיר, האט געהייראט מרת הינדא, טאכטער ר' דוד משה ראזענבוים, רב פון קרעטשענעוו רחובות, איידעם פון רבי [[ישראל אליעזר אדלער]], דער דזשיקאוו-וויזשניצער רבי פון רחובות.
*מרת טראנא, ווייב פון הרב שניאור זלמן ארנסטר, זון פון רבי דוד דוב ארנסטער, זון פון רבי וועלוול פון [[ירושלים]].
*מרת יוכבד, ווייב פון הרב שלמה יהודה זלמן לייב, זון פון רבי אליעזר ערנסטער פון [[צפת]].
*מרת הינדא, ווייב פון איר שוועסטער קינד'ס זון, הרב שמואל צבי האגער, אן אייניקל פון רבי [[פנחס שלום האגער]].