אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק לעבאוויטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏שיטות: וויקיפידיע איז נישט דאס פלאץ צו פארשעמען מענטשען איבערהויפט ווען עס איז פריוואטע אינטערעסן און מחלוקת און רוב שקר פון מחררי ריב
שורה 24:
 
אין יאר [[ה'תשל"ו]] האט ער זיך אריבער געצויגן מיט דער ישיבה קיין וויינלאנד [[ניו זשערסי|ניו דזשערזי]] פאר איין יאר, אבער לא אסתייעא מילתא (ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט) און צוליב דעם וואס עס איז געווען א געדינגענער פלאץ און דער בעל הבית האט נישט געוואלט באנייען דעם קאנטראקט, האט מען זיך געמוזט צוריקציען קיין וויליאמסבורג.
 
==שיטות==
הרב לעבאוויטש איז זייער אינטערעסאנט מיט זיינע שיטות. ער איז ברייט און פארשטאנדיג, ער איז א הולך בדרך רבינו יואל לגבי התבדלות מרשעים, אבער ער פארשטייט אפצולערנין דעם סאטמאר רב'ס שיטה לויט זיין פארשטאנד. למשל וועגן די גזירות גיוס בנים ובנות האלט ער מיט דער שיטה פון רבי [[אהרן יהודא לייב שטיינמאן]] אז מען דארף דאס לאזן פאר די גדולי ארץ ישראל און גדולי חו"ל האבן נישט אריינרעדן אין דעם; איי דער סאטמאר רב האט כסדר געזאגט דעות קיין ארץ ישראל, האט ער נישט קיין פראבלעם צו זאגן אז זיין גרויסער רבי האט געהאט א טעות. אזוי בנוגע הליכה לכותל המערבי, האלט ער מען קען דאס נישט אסרן, ער האט אמאל געזאגט ווען דער קראסנער רב וואלט געשריבן דער ויואל משה וואלט דאס געווען פיל בעסער און שטערקער, ער זאגט כסדר ביקורת אקעגין די שיטות פון רבו מסאטמאר, און דערפאר זענען טייל סאטמארער תלמידים ארויס מיט א שארפער מלחמה אקעגין אים זאגנדיג אז ער איז נישט קיין סאטמארער תלמיד. ער האט געזאגט למשל אז די מחלוקה בנוגע בחירות בין סאטמאר לבעלזא אלו ואל דא"ח.
 
אזוי אויך ווען די גאנצע היימישע ארטאדאקסן אין אמעריקע זענען געווען איינגעהילט אין א התעוררות בנוגע טעכנעאלאגיע און גדולי ישראל האבן פארופן דער כינוס כלל ישראל און די סיטי פעלד, איז ער ארויס דערקעגין, סאיז געווען זיין התנגדות זייער אייגענארטיג, נישט ווייל ס'נישט גענוק, אדער וועגן מ׳רעד ענגליש, נאר ווייל ער האט נישט אזוי געהאלטן, מטעם הכמוס.
 
ער איז אנדערשט בנוגע יעדער אידישער מיינונג, אסאך מאל זייער גענויגט לינקס און פיל מאל עקסטרעם רעכטס, ס'האט נישט מיט דעם ענין, ס'האט מיט די מענטשן, למשל ווען ביי די סאטמארער פארטייען איז דא חלוקי דעות בענין אחד, וועט ער זיין גענויגט צו צד פון רבי אהרן, אבער ווען ס'נאר דא רבי אהרן און די אנדערע רעדן , איז ער אוודאי אקעגין, ער איז מער קעגין מענטשן ווי קעגין ענינים,
 
ער איז געווען בראש המערכה אקעגין רבי [[יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש|מעכל לעבאוויטש פון ניקלשבורג]], און ער איז ברוגז אויף די וואס האבן זיך אנגענומען אויף אים למשל דעם [[מרדכי האגער|וויזשניץ מאנסי רבי]].
 
ער האלט אז ס'נישטא בדורינו צו וועם ער דארף זיך מכניע זיין, דער לעצטער גדול וואס ער איז געווען כפוף איז געווען הרב שטיינמאן זצ"ל.
 
==וואודרידזש==