'''ליניארעלינעארע אלגעברע''' איז אן אפצווייג פון [[אלגעברע]] וואס באהאנדלט [[וועקטאר]]ן, [[וועקטאר-רוים|וועקטאר-רוימען]], [[ליניארער מאפ|ליניארע מאפן]], [[מאטריץ|מאטריצן]] און [[גלייכונגען סיסטעם|גלייכונגען סיסטעמען]]. וועקטאר ערטער זענען א צענטראלע טעמע אין [[מאטעמאטיק]], למשל, שפילט ליניארעלינעארע אלגעברע שפילט א גרויסע ראלע אין [[אבסטראקט מאטעמאטיק|אבסטראקטע מאטעמאטיק]] און אויך אין [[פונקציאנאלער אנאליז|פונקציאנאלן אנאליז]]. זי האט אויך ברייטע אפווענדונגען סיי אין [[נאטירליכע וויסנשאפט|נאטירליכער וויסנשאפט]] סיי אין [[סאציאלע וויסנשאפט|סאציאלער וויסנשאפט]].
== געשיכטע ==
די יסודות פון ליניארערלינעארער אלגעברע האט אוועקגעלייגט [[רענע דעקארט]], וואס האט אנטוויקלט די [[קארטעזישע קאארדינאטן-סיסטעם]] (אויף זיין נאמען) אין [[1637]] צו באשרייבן דעם [[פלאך]], און האט זי געניצט אין דעם ראם פון [[אנאליטישע געאמעטריע|אנאליטישער געאמעטריע]] צו לייזן פראבלעמען פון קלאסישער געאמעטריע. ער האט געניצט די אנצייכענונג פון א [[געארדנטער פאר|געארדנטן פאר]] <math>(x,y)</math> צו באצייכענען א [[פונקט (געאמעטריע)|פונקט]] אין דעם פלאך.
די געשיכטע פון מאדערנער ליניארערלינעארער אלגעברע הייבט אן אין די יארן [[1843]] און [[1844]]. אין 1843 האט [[וויליאם ראאן האמילטאן]] (וואס האט באשטימט דאס ווארט '''וועקטאר''') פארגעשטעלט די אלגעברע פון „קוואטערניאנען".