אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עקאנאמיע פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 88:
בריטען איז איינע פון די וועלט'ס גרעסטע פינאנציעלע צענטערן. באנקירונג, פינאנץ, און פארזיכערונג באטרעפט 12 פראצענט פון בריטאניע'ס ברוטא אינלענדישן פראדוקט און גיט ארבעט פאר איבער א מיליאן מענטשן.
 
די [[באנק פון ענגלאנד]], וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין 694', איז נאציאנאליזירט געווארן אין 946' און איז די איינציגסטע באנק וואס גיט ארויס באנקנאטען אין ענגלאנד און אין וויילס. געציילטע בענק אין סקאטלאנד און אין צפון אירלאנד גיבן ארויס וואלוטע אין קליינע סכומים. נאכדעם וואס די ארבעטס רעגירונג איז ערוועלט געווארן אין 997' האט די באנק אףפון ענגלאנד באקומען אומאפהענגיק אין מאניטעירי (געלט עינינים), דאס מיינט אז זי קען טוישן די אינטרעסט ראטעס ווען עס שמעקט איר גענוי ווי די [[פעדעראלע רעזערוו]] אין די פאראייניגטע שטאטן. אויסער די באנק אףפון ענגלאנד זענען פאראן איבער 10 גרויסע בענק איןבריטאניע אריינגערעכנט די פאסט אפיס וועלכע גיט דארט אויך באנק סערוויסעס ווי מיר האבן פריער דערמאנט. היסטאריש האט די פינאנציעלע מארק געהאט איר באזע אין דער [[סיטי פון לאנדאן]] וואס דער פלאץ ווערט גערופן די סקווער מייל. היינט זענען שוין פאראן צענדליגער פינאנציעלע צענטערן אויך אין אנדערע פראווינצן. אבער לאנדאן איז נאך אלץ געבליבן דער הויפט פינאנץ־צענטער פון בריטאניע מיט 20 פראצענט פון דער אינטערנאציאנאלער באנק סיסטעם, דער וועלט'ס גרעסטע פארזיכערונגס מארק און די לאנדאן בערזע וועלכע איז פאררעכנט אלס איינע פון די גרעסטע בערזעס.
 
=== וואלוטע ===