אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאווע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 6:
== די אפשטאם פון קאווע ==
 
די וועלטלעגענדע זאגט אז קאווע שטאמט פון א פראסטער פאסטוך וועלכער האט באמערקט אז איינע פון זיינע ציגן זענען געווארן גוט אויפגעלייגט און אביסל ווילד נאכ'ן עסן א געוויסע באנדל וועלכע האט זיך געפינען אין זיין פעלד. די באנדלעך זענען געווען קאווע און דער פאסטוך האט עס פארזוכט, און דאס איבעריגע איז היסטאריע...
 
ארגינעל איז קאווע געווען אן עסן וועלכע איז געווען ארומגעשמירט מיט פעטן פון א בהמה צו געבן א טעם און די פארקויפער האבן דאס גערופן אן ענערגיע באל. דער געדאנק פון מאכן קאווע דורך אויפלאזן מיט הייסע וואסער שטאמט פון די אראבער וועלכע זענען געווען די ערשטע קאווע טרונקער נאך טויזענטער יארן צוריק. די אראבער האבן געהאלטן פאר א סוד זייער ענערגיע טרונק און האבן באוואכט די קאווע פעלדער. די איינציגסטע פלאץ ווי עס האט געוואקסן קאווע אויסער ביי די אראבער איז געווען אין אפריקע וועלכע האבן נאך דעמאלט געגעסן די קאווע באנדלעך הארטערהייט וועלכע ווערט גערופן קאווע טשעריס.
שורה 55:
 
== א גוט גלעזל קאווע ==
[[טעקע:1923YiddishAdCheekNealCoffee.jpg|קליין|רעכטס]]א קאווע איז א געמיש פון קאווע, וואסער, און פילייכט אויך מילך און צוקער, און דאס דארף קלאפןזיין באלאנצירט כדי עס זאל האבן א גוטן טעם. אויב ווייסט מען נישט וויפיל צו לייגן פון וואס, טרונקט מען יעדן טאג אן אנדערע קאווע. א גוטע קאווע לויט די עקספערטן דארף זיין ווי פאלגענד:
 
צוויי לעפלעך (טעיבלספונס) קאווע פאר יעדע 6 אנסעס וואסער און שטארקע מילך לויט די אייגענע פארשטאנד. דאס וואסער דארף זיין ריינע וואסער און דארף קאכן ביי א מינימום טעמפרעאטור פון 200 דעגרי פארנהייט. פארגעסט נישט אז דאס וואסער איז דער הויפט טייל אין א קאווע און ווי פרישער און ריינער אלס בעסער וועט די קאווע זיין. אויב האט מען א קאווע מאשין מיט קאווע באנדלעך קען מען האבן פיל בעסערע קאווע ווייל די נארוואס צעמאלענע באנדלעך גיבן ארויס פרישע קאווע. מען דארף זיכער מאכן אז די קאווע מאשין איז גוט גערייניגט ווייל די שליסל צו גוטע קאווע איז ריינע וואסער.
שורה 97:
== קאווע אין אידישן קולטור ==
 
ארטאדאקסישע אידן האבן א ספעציעלע פארבינדונג מיט קאווע וויבאלד דאס איז די איינציגסטע געטראנק וואס מעג אריינגענומען ווערן אין מויל פאר'ן דאווענען שחרית [https://www.hidabroot.org/question/83782 https://www.hidabroot.org/question/83782^] (על פי שולחן ערוך). טייל אידן טרונקן מערערע קאוועס און נוצן דאס אלס א וואפן צו מאכן סוקסעספולע הכנות. קאווע פארמאגט קאפעין און טוט בטבע סטימולירן די בלוט און די נעכטיגע עסן הייבט אן גיין אויפ'ן וועג ארויס.
 
ביי חסידים האט מען אפילו געזאגט א רמז אז קאווע איז פונקט ווי א [[מקוה]], ווייל [[מילך]] איז אויף [[לשון הקודש]] חל"ב, און דאס איז די [[גימטריא]] פון '''מ'''' און צוזאמען מיט '''קַוֶה''' (קאווע) איז דאס '''מקוה'''.