אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמחה בונם סופר"

קיין רעדאקטירונג רעזומע
(געשאפן דורך איבערזעצן דעם בלאט "שמחה בונם סופר")

== ביאגראפיע ==
ער איז געבוירן געווארן דאס ערשטע חנוכה ליכטל, דער דריטער זון פון רבי [[אברהם שמואל בנימין סופר|שמואל וואלף סופר]], דער ״כתב סופר״, א זון פונעם [[משה סופר|חתם סופר]]. ער איז אויפגעוואקסן אין זיין פאטער׳ס הויז און דארט האט ער איינגעזאפט א חינוך פאר אהבת התורה, אויסגעצייכענטע מידות און יראת שמים. ער האט געלערנט אין זיין פאטער׳ס ישיבה, און האט זיך אויסגעצייכענט אין זיין התמדה, און צניעות. ער האט געלערנט בחברותא מיט רבי [[עקיבא יוסף שלזינגר|עקיבא יוסף שלעזינגער]]. רבי שמואל ראזנבערג (דער אונסדארפער רב), וואס האט געלערנט אין דער ישיבה, האט געזאגט אויף אים  אז ער לערנט זעקס בלאט גמרא אין איין שעה, און אז עס "ליגט ביי אים אין א שעכטל"[./שמחה_בונם_סופר#cite_note-1 <nowiki>[1]</nowiki>]{{הערה|הרב '''יוסף ליברמן''', בהקדמה ל"שבט סופר" על כתובות וגיטין}}. ער האט חתונה געהאט מיט רחל, די טאכטער פון איינער פון די יידישע עשירים אין [[וויען|ווין]], דער גביר "פרץ ניימאן". זיין שווער האט אים געשטיצט מיט א ברייטער האנט כדי ער זאל קענען לערנען ווייטער. ער האט געלערנט אין דער ישיבה און האט געהאלפן זיין פאטער פירן די ישיבה. נאך דריי יאר איז ער אריבער וואוינערן אין ווין וואו ער געפירט זיין שווער׳ס געשעפט פון [[זיידן]]. ביי דער ארבעט האט ער נישט אויפגעהערט צו לערנען תורה, און ער האט געהאלטן א קארעספאנדעץ מיט די גדולי תורה פון זיין דור. פיל קהילות האבן געוואלט אים באשטימען פאר זייער רב אבער האט אפגעזאגט. ער איז געווען זיין פאטער׳ס דריטער זון, און נישט דער בכור, אבער זיין פאטער דווקא אים אויסגעקליבן צו ווערן זיין ממלא מקום.

== רב פון פרעשבורג און ראש ישיבה ==
ביי די 29 יאר איז רבי שמחה בונם ארויף אויפן רבנות שטול, און ער איז געווען באוואוסט פאר זיין לומדות און שארפקייט. די תלמידים פון דער ישיבה פלעגן זאגן:[./שמחה_בונם_סופר#cite_note-2 <nowiki>[2]</nowiki>]{{הערה|יונגרייז א', "ישיבת החתם סופר בפרשבורג", בתוך: מירסקי שמואל, '''מוסדות תורה באירופה בבניינם ובחורבנם''', הוצאת עוגן, ניו יורק, תשט"ז, עמ' 488.}}
: דער''' חתם סופר''' - איז געווען א מרא דכולי ביה. (ער האט געהערשט אין אלע געביטן פון תורה).
: דער''' כתב סופר''' - איז געווען א בעל סברה.
: און דער '''שבט סופר''' - איז געווען דער סימבאל פון חריפות.{{ש}}
אלס רב פון פרעשבורג, האט ער פארגעזעצט פירן א קאמף קעגן אסימיליזאציע, און האט געקעמפט קעגן די נעאלאגן. פון צייט צו צייט איז ער געפארן אין ווין, די הויפטשטאט פון דער אימפעריע, צו פירן די ענינים פון זיין קהילה כלפי דער רעגירונג.

* '''ישראל ערליך''', [http://www.daat.ac.il/daat/history/kehilot/prashburg.htm די  פרעשבורגער קהילה], '''דעת''' אתר לימודי יהדות ורוח
* '''שלמה סופר''', [http://www.hebrewbooks.org/33452 אבל כבד], דער הספד וואס זיין יונגערער ברודער רבי שלמה האט מספיד געווען דעם "שבט סופר" ביי זיין לוויה.

==רעפערענצן==
{{רעפליסטע}}

[[קאַטעגאָריע:רבני אונגארן]]
[[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות]]
{{DEFAULTSORT:סופר, שמחה בונם}}
80,189

רעדאקטירונגען