אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חנוכה"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג |
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג |
||
שורה 4:
== שטאַמונג ==
די חז"ל<ref>מגילת תענית פרק ט', מסכת שבת כ"א ע"ב</ref> דערציילן ווען די [[יוונים]] זענען אריין אין [[היכל]] האבן זיי [[טמא|מטמא]] געווען אלע אייל וואס איז דארט געווען, און ווען די [[חשמונאים]] האבן זיי באזיגט און זענען אריין און היכל, האבן זיי נאכגעזוכט און האבן נישט געפונן נאָר איין קריגעלע אויל, וואס איז נישט געווען טמא, וואס איז נאך געווען פארזיגלט מיט דער [[סטעמפל]] פון [[כהן גדול]], וואס איז געווען גענוג פונקט פאר איין טאג אָן צוצינדן די [[מנורה]], און ס'איז געשען א [[נס]] און מען האט געצינדן דערפון אכט טעג, ביז מען האט געברענגט פרישע אויל. דאס אנדערע יאר האבן די [[חכמים]] באשטימט און געמאכט די טעג פאר א [[יום טוב]], מיט [[הלל]] און [[הודאה]], וואס ווערט אנגערופן '''חנוכה'''. און וויבאלד דער נס איז געשען מיט די לעכט פון די מנורה , דערפאר האבן די חכמים באשטימט מען זאל צינדן חנוכה-לעכט, צו דערמאנן דעם נס<ref>טור או"ח תרע"א</ref>. אנדערע ראשונים זאגן אז דעם יום טוב האבן די חכמים באשטימט איבער דעם [[נס]] פון זיגן דעם קריג, און וויבאלד ס'איז געדאפלט געווארן דער נס מיט דעם אויל, האבן די חכמים אויך צוגעלייגט מ'זאל צינדן די חנוכה-לעכט, צו דערמאנן דעם נס<ref>ר"י מלוניל שבת כ"א</ref>.
|