אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייזיק ניוטאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מיטעלע יארן (אנגעהויבן)
שורה 36:
[[טעקע:Seeman Newton 1726.jpg|קליין|בילד פון אייזיק ניוטאן אין יאר 1726]]
 
אין זיין מאטעמאטישער ווערק האט ניוטאן בייגעשטייערט שטארק צו יעדן צווייג פון [[מאטעמאטיק]] וואס מען האט געפארשט אין זיין צייט. זיין ערשטע ארבער אין [[קאלקולוס]] אדער, ווי ער האט עס גערופן, "fluxions", קען מען זען איז זיין מאנוסקריפט ''De analysi per aequationes numero terminorum infinitas'' "וועגן אנאליז דורך גלייכונגען מיט אנסופיגע טערמינען" פון אקטאבער [[1666]].{{הערה|1=[https://books.google.co.il/books?id=1ZcYsNBptfYC&pg=PA400&redir_esc=y#v=onepage&q&f=false די מאטעמאטישע געשריפטן פון אייזיק ניוטאן]}} דעם מאנוסקריפט האט אייזיק בארא געשיקט צו דזשאן קאלינס אין יוני 1669 מיט א בריוו וואו ער שרייבט:
{{ציטירן|תוכן=מיסטער ניוטאן, א חבר פון אונזער קאלעדזש, זייער יונג... אבער מיט אויסגעצייכענטן גאונות און באהאוונטקייט אין די ענינים.}}
 
במשך די יארן האט אנטוויקלט א מחלוקת צווישן ניוטאן און [[גאטפריד ווילהעלם לייבניץ]] וועגן דעם פריאריטעט ווער פון זיי איז געווען דער ערשטער צו אנטוויקלען דעם קאלקולוס. רוב מאדערנע היסטאריקער האלטן היינט אז ניוטאן און לייבניץ האבן ביידע אנטפלעקט און אנטוויקלט דעם אינפיניטעזימאלן קאלקולוס יעדער איינער באזונדער. ניוטאן האט אייגנטלעך געפעדערט לייבניץ, אבער ער האט פארעפנטלעכט גאר ווייניג פון זיינע אנטוויקלונגען ביז 1693, און א גאנצע אויפקלערונג האט ער נישט געגעבן ביז 1704. שפעטער האט ניוטאן גע׳טענה׳ט אז ער האט געזוימט מיט פארעפנטלעכן זיינע געשריפטן ווייל ער האט מורא געהאט מען וועט אים אויסלאכן. לייבניץ האט אבער ארויסגעגעבן א גאנצע אויפקלערונג פון זיין ארבעט שוין אין 1684.
 
=== שפעטערע יארן ===