אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייזיק ניוטאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מיטעלע יארן (אנגעהויבן)
שורה 32:
 
די נעקסטע צוויי יאר האט ניוטאן פארוויילט אין זיין הויז אין וואולסטארפ. ניוטאנ׳ס פארשונגען און פריוואטע געדאנקען אין די צוויי יאר האבן אנטוויקלט און קריסטאליזירט זיינע טעאריעס איו פארשידענע געביטן: ער האט אנגעהויבן פארמולירן דעם קאלקולוס, פירן עקספערימענטן אין [[אפטיק]] פון וואנעט ער איז ארויסגעקומען מיט זיינע רעוואלוציאנערע ארויסקומען, און צו קלערן וועגן די געזעצן פון באוועגונג און גראוויטאציע. אין 1669 איז ניוטאן באשטימט געווארן צום אמט פון לוקאס-פראפעסאר פון מאטעמאטיק אין קעמברידזש.‏ דעם אמט האט ניוטאן איבערגענומען פון [[אייזיק בארא]] וואס האט געוואלט איבערגעבן זיין צייט צו טעאלאגיע.
 
=== מיטעלע יארן ===
[[טעקע:Seeman Newton 1726.jpg|קליין|בילד פון אייזיק ניוטאן אין יאר 1726]]
 
אין זיין מאטעמאטישער ווערק האט ניוטאן בייגעשטייערט שטארק צו יעדן צווייג פון [[מאטעמאטיק]] וואס מען האט געפארשט אין זיין צייט. זיין ערשטע ארבער אין [[קאלקולוס]] אדער, ווי ער האט עס גערופן, "fluxions", קען מען זען איז זיין מאנוסקריפט ''De analysi per aequationes numero terminorum infinitas'' "וועגן אנאליז דורך גלייכונגען מיט אנסופיגע טערמינען" פון אקטאבער [[1666]].{{הערה|https://books.google.co.il/books?id=1ZcYsNBptfYC&pg=PA400&redir_esc=y#v=onepage&q&f=false}} דעם מאנוסקריפט האט אייזיק בארא געשיקט צו דזשאן קאלינס אין יוני 1669 מיט א בריוו וואו ער שרייבט:
{{ציטירן|תוכן=מיסטער ניוטאן, א חבר פון אונזער קאלעדזש, זייער יונג... אבער מיט אויסגעצייכענטן גאונות און באהאוונטקייט אין די ענינים.}}
 
=== שפעטערע יארן ===