אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משולם פייש לאווי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:Rebbe tosh.jpg| אדמו"ר מטאהש זצ"ל|קליין|250px]]
רבי '''משולם פייש סג"ל לאָווי''' ([[ג' ניסן]] [[תרפ"א]] - כ"ז אב [[תשע"ה]]) ([[אונגעריש]]ער נאמען: '''Lőwy Ferencz''') איז געווען דער פערטער [[אדמו"ר|רבי]] פון דעם [[טאהש (הויף)|טאהשער הויף]]. ער האט אויפגעשטעלט [[קרית טאהש]], [[קאנאדע]], וואו ער האט געוואוינט, און איז געווען איינער פון די לענגסטער פירנדע רביים אין זיינער צייט, ער האט אנגעהויבן פירן זיין רעביסטווע אומגעפער ארום תש"ח. ער האט זיך נישט אריינגעמישט אין קיין שום חסיד'ישע מחלוקת קיינמאל אין זיין לעבן. און ער איז געווען א היסטארישער בעל [[צדקה]]. מיט פאסירונגען פון זיינע טיילן געלטער פאר ארימעלייט וואס לאזט זיך נישט גלייבן. דער טאהשער רבי זצ"ל איז געווען באליבט און פארהייליגט ביי אלע שיכטען און שאטירונגען פון כלל ישראל. ער איז געווען א ריכטיגער אוהב ישראל, און האט ליב געהאט יעדן איד אהבת נפש. טאהשער רבי איז געווען פון די לעצטע פארבליבענע צדיקים קדושים שעבד את קונו בסילודים כחד משרפי מעלה. א געטליכער געשטאלט און א ריכטיגן דמות פון איינער פון די פריערדיגע תלמידי בעש"ט נבג"מ. ווער עס האט נאר אמאל געזען דעם צדיק פלעגט פארכאפט ווערן אין א רגש של תענוג פון די לעכטיגע שטראלנדע אויגן וואס האבן געלאכטן כעיני השמש. ער איז געווען די הארץ פון כלל ישראל, וואס זיין קדושה האט באלאכטען די גאנצע וועלט. און טויזנטער אידן פלעגן שטראמען צו איהם פאר ישועות ורפואות.
 
== זיין לעבן==
שורה 32:
 
== '''הסתלקות''' ==
דער טאהשער רבי זצ"ל איז געווארן שטארק אפגעשוואכט די לעצטע צען יאר פאר זיין פטירה און זיך שטארק געמוטשעט מיט זיין געזונט, דאך איז ער אנגעגאנגען פעסט מיט זיין טעגליכע עבודת הקדוש מיט מסירת נפש, ווי ער פלעג אויסזאגן תהלים גאר אפט, און גאר ווייניג עסן אפילו אין גאר שוואכע טעג. כלל ישראל האט פיל מתפלל געווען פאר זיין געזונט, זייענדיג כמעט פון די לעצטע פארצייטישע רבנים. די מצב איז כסדר געגאנגען צום ערגערונג, און מען האט אים וואונדערליך אויסגעבעטן אפאר מאל. ביז ער איז נסתלק געווארן לדאבון לב כל ישראל אין א הויכע עלטער פון 95 יאר, אום 12'טן פון12טן אוגוסט, כ"ז אב שנת תשע"ה. טויזענטערטויזנטער אידן פון איבער דידער וועלט האבן אים באגלייט למנוחה ביי חצות הלילה. ויבכו אותו את כל בית ישראל.
 
==קינדער==
*רבי מרדכי (נפטר געווארן [[י"ח טבת]] [[ה'תשנ"ח]]), האט געהייראט מרת אסתר רחל, טאכטער פון רבי [[יחזקאל שרגא מערץ]].
*מרת צירל, ווייב פון רבי אביגדור דניאל פיש, [[האדאס|האדאסער]] רבי פון וויליאמסבורג.
*מרת ברכה חנה (נפטר געווארן [[כ"ג אייר]] [[ה'תשס"ו]]), ווייב פון רבי יוסף מאיר מאייערמייער, [[ליזשענסק|ליזשענסקער]] רבי פון מאנסי.
*מרת פריידל שרה, ווייב פון רבי אברהם הכהן כ"ץ, [[אבדק"ק]] טאהש-[[מאנסי]].
*מרת שאשא אלטא מלכה, ווייב פון הרב יוסף ירחמיאל כהנא, דער ראש הכולל אין קרית טאהש און זון פון רבי משה אליקים בריעה, [[ספינקא|ספינקער]] רבי פון [[בני ברק]].