אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משולם פייש לאווי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געפוצט
שורה 10:
 
ער האט זיך אריבער געצויגן אין [[מאנטרעאל]], [[קאנאדע]] אדר תשי"א. אום י"ד תשרי תשי"ג איז די טאהשער קהלה ([[פראנצויזיש]]: Tasher Congrégation) אין מאנטרעאל געגרינדעט געווארן. צעהן יאר שפעטער, אין תשכ"ג, האט ער געגרינדעט א שטעטל "[[קרית טאהש]]". אנפאנג האט דאס שטעטל פארמאגט בלויז אכצן הייזער, כהיום וואוינען דארט קרוב צו פינף הונדערט משפחות.
 
כ"א אלול תשנ"ו (5 סעפטעמבער 1996) איז נפטר געווארן די טאהשער רביצין הצדיקת חוה. זיי האבן געהאט צוויי זין, רבי מרדכי און רבי אלימלך, היינט צו טאג טאהשער רב.
 
סוף תשס"ז האט רבי משולם פייש חתונה געהאט מיט מרת מלכה (טאכטער פון רבי מענדל האס פון מאנטרעאל), די אלמנה פון ר׳ אברהם יצחק הויער.
דער אלעמען באליבטער הרב הצדיק ר' מרדכי טאהשער איז נפטר געווארן אין עלטער פון פופציג יאר פלוצלינג אין תשנ"ח נאך א מאסיווער הארץ-אטאקע. ר' מרדכי איז געווען זייער געטריי פאר'ן רבי'ן און זיין רעכטע האנט, ווי אויך האט ער פערזענליך ענטפאנגען אלע הונדערטער געסט וואס קומען יעדע וואך צו פארן קיין טאהש, מיט א ליבליכן שמייכל, און האט נישט איינמאל אליין זיך געשטעלט קאכן פאר די געסט ס'זאל זיין גענוג פאר אלעמען.
 
דעם רבינ'ס יונגערער זון ר' [[אלימלך לאווי|אלימלך]] האט דער רבי געשטעלט אלס רב, און ער זאל איבער נעמען דאס חסידות, דער רבי האט אים איינגעארדענט אן הכתרה, ווי ער האט אים ממנה געווען אלס רב, און אלע אנדערע קינדער האבן על פי פקדותו געחתמט דעם כתב רבנות.
 
די איידימער פון רבי'ן זענען ראשי ישיבות וואס פירן זייערע אייגענע קהלות, הרה"צ ר' אביגדור דניאל פיש שליט"א האדאסער רבי אין וויליאמסבארג, הרה"צ ר' יוסף מאיר מאיר שליט"א ליזענסקער רבי אין מאנסי, און הרה"צ ר' אברהם כ"ץ שליט"א משכנות לאביר יעקב רבי אין מאנסי, און הרה"צ ר' יוסף ירחמיאל כהנא שליט"א ראש הכוללים אין קרית טאהש.
 
דער ליזשענסקער און דער משכנות יעקב רבי פירן אויך אייגענע גרויסע ישיבות און מוסדות, און דער האדאסער רבי פירט זיין רביס'טווע איידל באשיידן אין וויליאמסבורג אין זיין טאטענ'ס ביהמ"ד. און דער ראש הכוללים שטייט בראש פון די מבצר הכוללים אין קרית טאהש.
 
== '''טיילן געלט אויף צדקה''' ==