אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משולם פייש לאווי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געפוצט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
געפוצט
שורה 3:
 
== זיין לעבן==
רבי משולם פייש איז געבוירן ג' ניסן תרפ"א אין [[טאש]], [[אונגארן]] צו זיין פאטער רבי מרדכי סג"ל לאווי, שפעטער אבדק"ק פון [[דעמעטשער]], (א זון פון רבי אלימלך לאווי, דער סבא קדישא פון טאהש, א זון פון רבי משולם פייש סג"ל לאווי,) און צו זיין מוטער מרת צירל, די טאכטער פון ר' יעקב פעקעטע פון [[נירבאטור]].
ער איז אויפגעהאדעוועט געווארן ביי זיין זיידן רבי אלימלך סג"ל לאווי, וואס האט גאר שטארק מחבב געווען זיין אייניקל, והעיד עליו אז ער וועט נאך זיין א פועל ישועות בקרב הארץ. ווען ער האט געווען צוועלף יאר אלט, איז ער געפארן לערנען אין די ישיבה פון זיין פעטער, רבי אשר לאווי, אין קאלוב. אין יאר תש"ג, מיטן [[צווייטן וועלט קריג]], האט מען אים געשלעפט צום אונגארישער ארבעטס-דינסט (מונקא-טאבאר). און נאכדעם געשיקט געווארן אינעם לאגער אין [[קאשוי]]. די דארטיגע קאשויקאשויער אידן האבן רחמנות געהאט אויף דעם בחור, און אים באהאלטן פון די דייטשן וואס האבן אים געזוכט מיט לעכט, נאכדעם וואס ער האט זיך נישט געשטעלט. שארית הפליטה פארציילן, אז איינמאל בימי הזעם האבן די דייטשע מלאכי חבלה געוואלט אומברענגען דעם צדיק ווייל ער האט זיך באהאלטן און געלערענט, ווען דער דייטש איז געקומען נעבן דידעם צדיק האט ער אויפגעהויבן זיין האק להמיתו, ווי נאר דידער צדיק האט דאס געזען האט ער אים אנגעקוקט מיט זיינע הייליגע אויגן, און א שרעק איז אים באפאלן, און ער האט אפגעלאזט דעם האק און איז אנטלאפן. אויפן פראגע פונעם אויבערהאר פארוואס ער האט אים נישט געהרג'ט, האט ער געזאט: איך ווייס נישט צוצי דער מענטש איז מלאך אדער א מכשף, אבער ווי נאר איך האב אים אנגעקוקט האט מיר דעם שלאק באטראפן. שפעטער האט מען אים געפירט צום לאגער אין [[מארגארעטין]]. וואו ער איז מיט נסים באפרייט געווארן אום כ"ב כסלו. דארט איז ער באפרייט געווארן דורך דידער [[רויטע ארמיי|רויטער ארמיי]] ווען זיי האבן איינגענומען די שטאט.
 
אין יאר תש"ו האט ער חתונה געהאט מיט מרת חווה די טאכטער פון רבי יהודה וויינגארטן, אן אייניקל פון רבי [[אלימלך פון ליזשענסק]]. די איבערלעבנדע טאהשער חסידים האט אים באשטימט אלץ רבי. ער האט געפירט זיין הויף אין [[נירעדהאז]] געפירט פאר צוויי און א האלב יאר ביז תשי"א, ווען ער האט אבער געזען די אויפשטאנד פון קומוניזםקאמוניזם, האט ער זיך אויפגעהויבן אין עמיגרירט מיט א ענגע צאל חסידים קיין מאנטריאל. די צוויי הויפט חסידים וואס זענען געשטאנען מיט אים די גאנצע צייט זענען געווען ר' בנימין זאב זוסמאן ז"ל, און ר' שלמה יעקב זילבער. ביידע האבן מאריך ימים געווען, און ליגן ביידע באהאלטן אין טאהש נעבן אים.
 
ער האט זיך אריבער געצויגעןגעצויגן אין [[מאנטרעאל]], [[קאנאדע]] אום אדר תשי"א. איןאום י"ד תשרי תשי"ג איז דעםדי טאהשער קהלה ([[פראנצויזיש]]: Tasher Congrégation) אין מאנטרעאל געגרינדעט געווארן. צעהן יאר שפעטער, אין תשכ"ג, האט ער געגרינדעט א שטעטל "[[קרית טאהש]]". אנפאנג האט דאס שטעטל פארמאגט בלויז אכצעןאכצן הייזער, כהיום וואוינען דארט קרוב צו פינף הונדערט משפחות.
 
== '''טיילן געלט אויף צדקה''' ==