אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תפילין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 40:
 
צו מאכן דער של ראש, נעמט מען א שטיקל האלץ אויסגעשניטן פיר עקנדיג בערך אביסל קלענער ווי די בתים, דערנאך שנייט מען אריין דריי טיפע שניטן דורך אויס די לענג פון די האלץ, דערנאך נעמט מען הויט ווען עס איז נאך ווייעך אין פייכט און מדעקט עס איבער די האלץ און משטיפט אריין די הויט אין די דריי לעכער, דערנאך טוט מען אויגלעטן די הויט זאל זיין שיין עקענדיג, ווען די הויט איז שוין הארט און טריקן שלעפט מען ארויס די האלץ פון די הויט אזוי אטאמאטיש ווערט אונעם קעסטל פיר צימערן.
 
==== די קשרים ====
לויט דער הלכה דארף די תפילין האבן קשרים (קנופן), סיי דער של יד סיי דער של ראש. וויאזוי מען מאכט דעם קשר אין דעם של ראש שטייט נישט אין דער תורה נאר איז א [[הלכה למשה מסיני]].
* '''דל"ת פון די תפילין''' דער קשר אויפן של ראש מאכט מען מיט א צורה פון א [[ד|דל"ת]]. ס׳איז פאראן אין דעם דריי אנגענומענע מנהגים: דער מערסט פארשפרייטער מנהג היינט איז צו מאכן דעם קשר ווי א געוויינלעכן דל"ת, און מען טרעפט דאס אין אלע קרייזן; דער מנהג פון די [[תימנים]] און דער אלטער מנהג פון אשכנז, וואס רוב [[חסידים]] זענען נוהג איז א פירעקיג קשר; און דער מנהג אין [[צאנז (הויף)|צאנז]] איז א גרויסער קשר וואס זעט אויס ווי א שלאס "ם" וואס באדייט דעם אות ד' צוויי מאל.{{הערה|די צורה פונעם קשר שטייט אין א פולמוס גדול. צווישן די קונטרסים אין דעם ענין זענען: "תפארת חיים" הרב [[חיים שרגא פייוול פראנק]], "קשר של קיימא" הרב [[שלום בראנדער]], "קשר תפילין" הרב [[אלעזר בריזל]].}}
 
* '''יוד פון די תפילין''' דער קשר פונעם של יד איז געמאכט ווי אן אות [[י|יו"ד]]. ס׳איז א מחלוקת [[רש"י]] און [[רמב"ם]] וויאזוי צו מאכן דעם קשר, און מען איז נוהג צו מאכן א קשר וואס איז יוצא ביידע דעות.
 
== רש"י און ר"ת ==