אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייזיק ניוטאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 32:
 
די נעקסטע צוויי יאר האט ניוטאן פארוויילט אין זיין הויז אין וואולסטארפ. ניוטאנ׳ס פארשונגען און פריוואטע געדאנקען אין די צוויי יאר האבן אנטוויקלט און קריסטאליזירט זיינע טעאריעס איו פארשידענע געביטן: ער האט אנגעהויבן פארמולירן דעם קאלקולוס, פירן עקספערימענטן אין [[אפטיק]] פון וואנעט ער איז ארויסגעקומען מיט זיינע רעוואלוציאנערע ארויסקומען, און צו קלערן וועגן די געזעצן פון באוועגונג און גראוויטאציע. אין 1669 איז ניוטאן באשטימט געווארן צום אמט פון לוקאס-פראפעסאר פון מאטעמאטיק אין קעמברידזש.‏ דעם אמט האט ניוטאן איבערגענומען פון [[אייזיק בארא]] וואס האט געוואלט איבערגעבן זיין צייט צו טעאלאגיע.
 
=== שפעטערע יארן ===
אין 1696 האט ער זיך געצויגן קיין [[לאנדאן]] ווען מ׳האט אים באשטימט צום אמט פון ״שומר״ פונעם קעניגלעכן מינצעריי (Warden of the Royal Mint), וואס ער האט באקומען דורך זיין פאַטראן [[טשארלס מאנטאגיו, ערשטער ערל פון האליפאקס]],  דעמאלסט [[שאצקאנצלער פון בריטאניע]].  ווען טאמאס ניל, דער פריערדיקער פארוואלטער פונעם מינצעריי (Master of the Royal Mint), איז געשטארבן אין 1699, איז ניוטאן געווארן מסתמא דער בעסט באקאנטער פארוואלטער פון דעם מינצעריי. ניוטאן האט געהאלטן דעם אמט פאר די לעצטע 30 יאר פון זיין לעבן.
 
ער האט גענומען א חשובן טייל אין דער גרויסער רעפארעם פון די מטבעות אין ענגלאנד און דאס פאראייניגן פון די ענגלישע און סקאטישע סיסטעמען פון מטבעות ווען מ׳האט פאראייניגט ענגלאנד מיט סקאטלאנד אין 1704.
 
== פארשונג אין נאטור-וויסנשאפט און פילאסאפיע ==