אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בערלינער וואנט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:Berlin Wall 1961-11-20.jpg|left|thumb|250px|ביים בויען דעם מויער אינעם יאר [[ה'תשכ"ב]] ; 1961]]
דער '''בערלינער וואנט''' איז געווען א שטיינערנער מויער וועלכע איז געבויט געווארן דורך דער [[קאמוניזם|קאמוניסטישער]] [[מזרח [[דייטשלאנד]] [[רעגירונג]] ([[דייטשלאנד דעמאקראטישע רעפובליק|דייטשע דעמאקראטישע רעפובליק]]) אפצוהאלטן אירע איינוואוינער פון אנטלויפן צו דער [[דעמאקראטיע|דעמאקראטישער]] מערב זייט פון דייטשלאנד. דער מויער איז געבויט געווארן אין 1961 און איז געשטאנען אונטער א שטרענגע וואך פון דער [[פאליציי|פאליצייאישער]] קראפט וועלכע די דייטשן האבן גערופן די סטאזי. די בערלינער וואנט איז געווען אן אנגעזעענע סימבאל פון דעם [[קאלטער קריג|קאלטן קריג]] וועלכע האט זיך געקאכט שטילערהייט צווישן די [[יו-עס-עס-אר]] און די אליאירטע, אריינגערעכנט מזרח דייטשלאנד און די [[פאראייניגטע שטאטן]] און אירע פריינט.
 
ביי דער ענדע פון דעם [[צווייטן וועלט קריג]] אין 1945 איז די שטאט [[בערלין]] ארומגענומען געווארן מיט אקופירטע טעריטאריעס פון סאוועטישע כוחות. די אלע טעריטאריעס זענען שפעטער געווארן די אפיציעלע מזרח דייטשלאנד. די שטאט בערלין זעלבסט איז צוטיילט געווארן צו מזרח בערלין און מערב בערלין. די מערב זייט איז אקופירט געווארן דורך [[גרויסבריטאניע|בריטישע]], [[פראנקרייך|פראנצויזישע]], און [[אמעריקע|אמעריקאנער]] כוחות און איז געשטיצט געווארן דורך די [[פעדעראלע רעפוליק פון דייטשלאנד]], באקאנט אלס מערב דייטשלאנד. צווישן די יארן פון 1949 און 1961 זענען 2.7 מיליאן מענטשן אנטלאפן פון מזרח קיין מערב כאטש די אָרטיגע רעגירונג איז אין יענע יארן געווען די מערסט פראדוקטיווע קאמוניסטישע רעגירונג אין גאנץ [[אייראפע]]. ווי אזוי אימער, האבן די מזרח איינוואוינער זיך געשפירט אביסל אונטערדרוקט ווען די מעגליכקייט צו געניסן פון די [[מערב וועלט]] מידיא איז לימיטירט געווארן און זיי האבן געהאלטן אז די מערב איינוואוינער לעבן א העכערע סטאנדארט לעבן ווי זיי. אסאך פון די מזרח איינוואוינער האבן איבערגעלאזט די מזרח זייט האפנדיג צו טרעפן בעסערע [[עקאנאמיע|עקאנאמישע]] מעגליכקייטן אויף מערב.