אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כינע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 370:
די רעגירונג האט אונטערגענומען אן אויספארשונג קעגן די קעגנער און האט באצייכענט פיר מענטשן אלס די הויפט אנפירער פון זיי. די משפט פון די פיר, באקאנט אין כינע אלס די גרופע פון פיר, האט אפיציעל באצייכנט די ענדע פון דער קולטורעלער רעוואלוציע.
 
=== בעסערע באציאונגן מיט די מערב וועלט ===
 
דורכאויס דידער קולטוראלעקולטורעלער רעוואלוציע איז כינע'ס אזוי אויך שלעכטע באציאונגןבאציאונגען מיט דידער מערב וועלט פיל ערגער געווארן ווען די רויטע וועכטער האבן אנגעהויבן זייערע ווילדע אקטן אין כינע. אויך מיט די סאוויעטן איז די פריינטשאפט געפאלן צו איר נידעריגסטן שטאפל ווען די סאוויעטן האבן אינוואדירט טשעכסלאוואקיע אין 969'. די כינעזער זענען געווען זייער בייז אויף די סאוויעטן און האבן פרובירט אונטערצושטעלן א פיס וואו עס איז נאר געגאנגן. קאנפליקטן ביי די גרעניצן האבן זיך פארשטארקט יעדן טאג און די צוויי לענדער האבן זיך געשארפט די שווערדן. אין יענע צייטן איז כינע געווען אויסגעשלאסן פון די גאנצע וועלט און האט נאר געהאט גוטע באציאונגן מיט אלבאניע.
אין די אנפאנג 70'ער יארן האט זיך די אויסער'ן באציאונגן דראמאטיש געטוישט און כינע האט אנגעהויבן זוכן באציאונגן מיט די פאראייניגטע שטאטן. אין 971' האט די כינעזער רעגירונג באקומען אן אפיציעלע זיץ אין די יונייטעד נעישאנס, איבערנעמענדיג דאס ארט פון די טייוואנער רעגירונג. דאס איז געווען די ערשטע גוטע צייכן אז כינע האלט זיך ביים טוישן. איין יאר שפעטער האבן די באציאונגן שוין געהאלטן גאר נאנט אז דער דעמאלטדיגער אמעריקאנער פרעזידענט ריטשארד ניקסאן האט אפגעשטאט א באזוך קיין כינע וואו ער האט אראפגעלייגט נייע יסודות פאר א האנדל צווישן די צוויי לענדער. ניקסאן האט דעמאלט פארשפראכן אז די פאראייניגטע שטאטן וועט ארויסציען אירע טרופן פון טייוואן גאר בקרוב וועלכע איז טאקע עווענטועל צושטאנד געקומען. ווי נאר ניקסאן האט פארלאזט כינע האבן צענדליגער אנדערע מאדערניזירטע לענדער זיך געוואנדן דימפלאמאטיש צו כינע און אפגעלאזט זייער אפיציעלע איינזעעניש פון די טייוואנער נאציאנאליסטישע רעגירונג. דאס אינטערעסאנסטע פון אלעם איז געווען אז אויך יאפאן האט צוריקגעלייגט די וואפן אין די האלטערס און זיך געווינקן מיט כינע פאר צוקונפטע בעסערע באציאונגן.
 
 
== כינע נאך מאא ==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/כינע"