אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כינע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 350:
די קריטיקיזם איז אבער דאך נישט געבליבן אונטער די ליפן און האט דעגרייכט די רעגירונג'ס אויערן. דער דעמאלטדיגער פירער מאא זידאנג האט איינגעזען אז מיט די קריטיקיזם פון זיינע אייגענע סיטיזענס וועט מען נישט קענען אויפבויען דאס לאנד און האט באשלאסן צו געבן די מעגליכקייט פאר די מענטשן זיך צו עפענען זייער מיילער און זאגן וואס זיי טראכטן וועגן די נייע רעגירונג. זיין קאמפיין האט ער נאמינירט אלס "לאזט הונדערט בלומען וואקסן", וואס האט געזאלט מיינען אז די רעגירונג וויל פארשטערקערן איר שייכות צו אירע בירגער. מאא האט געהאלטן אז די רעגירונג'ס לייט, וועלכע זענען אנגעקומען מיט א גוטן ווילן אויפצובויען די רעגירונג זענען מיט דער צייט געווארן אויטאריטעטישע ביוראקראטן. עס זענען געמאכט געווארן ספעציעלע קלאסן וואו רעגירונג'ס אפישעלס האבן אויסגעפרעגט די בירגער וואס זיי האבן צו זאגן. די כינעזער האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן און אפען קריטיקירט די גאנצע קאמוניסטישע סיסטעם און געבעטן פרייהייט. זעענדיג זיך אן א וועג ארויס האט די רעגירונג פארמאכט דעם קאמפיין און באשטראפט א האלב מיליאן מענטשן פאר זייערע אנטי קאמוניסטישע סטעיטמענטס. רוב פון זיי האבן פארלוירן זייערע שטעלעס און טייל אויך זייער פרייהייט...
 
=== נישט גוטע יארן ===
אין נאוועמבער 957' האט דער כינעזער פירער מאא זידאנגצעטאנג דורכגעפירט א נייע דעוועלאפמענט פלאן וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די ערגסטע טעות אין די כינעזער רעגירונג'ס געשיכטע. מאא'ס פלאן איז געווען צו באזיגן בריטען אין די אינדוסטריאל פאבריצירונג ביז 15 יאר. די הויפט טעמע איז דעמאלט געווען איבער אייזן וועלכע די כינעזער האבן געהאט ווייניג און האבן געמוזט צוקומען צו בריטען פון וואו זיי האבן אימפארטירט אייזן. מאא'ס חשבון איז געווען אז מיט אזויפיל מיליאנען מענטשן קען מען אלעס באווייזן מען דארף נאר ארויפשארן די ארבעל און ארגאניזירן א פראדוקציע פלאן.
 
מאא'ס האט פארגעלייגט זיין פלאן אין מאסקעווע פאר די קאמוניסטישע רעגירונג און האט באצייכנט זיין פלאן אלס די "גרעיט ליעפ פאערד" וואס מיינט א גוטער שטאפל אויף ווייטער. די קאמוניסטישע רעגירונג האט נישט געהאט קיין שוועריקייטן צו ארגאניזירן און אויפציען אירע נייע פלענער און האט פון איין טאג אויף די אנדערע ארויפגעצויגן א ליסטע פון נייע געזעצן פאר אלע ארבייטער און האט געצווינגן יעדן צו גיין ארבעטן. אירע פלענער האבן זיך אויסגעארבעט ריזיג אבער מיט ווייניג וויסנשאפט איבער לאנדווירטשאפט האט מאא אנגעזייעט איינע פון כינע'ס גרעסטע חרבנות. די פראדוקציע איז געגאנגן איבער די מאס און די וועלטליכע איינפירונגן זענען נישט איינגעהאלטן געווארן. די ארבייטער האבן ארויסגעצויגן דאס גאנצע געוואוקס פון די קאנטרי טיילן פון לאנד און דאס וואסער האט אנגעהויבן בלייבן אין די ערד ברענגנדיג א סעריע פון פארפלייצונגען, שטורעם ווינטן, ערד ציטערנישן, און אנדערע חרבנות וועלכע האט אומגעברענגט 20 מיליאן מענטשן צווישן 960' און 962'.
 
טאקע אין דידער צייט פון נויט האט כינע'ס איינציגסטע פריינט, רוסלאנד, אנגעקניפט בעסערע באציאונגן מיט די מערב לענדער, שטייענדיג אין די לעצטע יארן פון די קאלטע קריג. ווי נענטער זי איז געווארן מיט די מערב לענדער אלס מער האט זי זיך דערווייטערט פון כינע און איר איבערגעלאזט אויפ'ן וואסער. כינע האט שארף פארדאמט רוסלאנד באשלוס ארויסצוציען אירע מיסילס פון קובא אונטער די שווערע דרוק פון די פאראייניגטע שטאטן און האט אינגאנצן אפגעהאקט אירע באציאונגן מיט רוסלאנד און אויפגעצויגן א נייע מאדעל פון סאציאליזם וועלכע איז געווען קעגן די פרייע וועלט און אויך קעגן סאוויעט רוסלאנד. כינעזער אפישעלס זענען שפעטער ארומגעפארן אין אזיע און אין אפריקע אין א פארזוך אויפצוטרייבן שטיצע פאר איר נייעם רעגירונג מאדעל.
אין דער זעלבער צייט האט זיך כינע אנגעשטויסן מיט נאך פראבלעמען ווען די יונייטעד נעישאנס האט איר געווארנט פאר איר באהאנדלונג מיט די רעבעלן אין טיבעט (א ראיאן אין כינע נעבן רוסלאנד) וואו די כינעזער מיליטער האט שטארק אונטערדרוקט די ארטיגע רעבעלן. די רעבעלן האבן זיך נישט געקענט קעגנשטעלן און האבן פארלאזט כינע און זיך באזעצט אין נעפאל און אין אינדיע. עטליכע יאר שפעטער האט כינע געעפענט א קאנפליקט מיט אינדיע איבער א טעריטאריע פון 12,000 סקווער מייל (31,000 סקווער קילאמעטער) וועלכע די אינדיאנער האבן באצייכנט אלס זייערס. די כינעזער ארמיי האט אריינמארשירט אהין און אקופירט דעם ראיאן און נאכאנאנדיגע פארהאנדלונגן האבן נישט געברענגט קיין שום רעזולטאטן. אויך האט כינע זיך געטשעפעט מיט די פאראיינגטע שטאטן אין די וויעטנאם קריג (959' ביז 975') ווען זי האט געשיקט שטיצע פאר די קאמוניסטישע גרופעס. אויך אין אידאניזיע האט כינע געשטיצט די ארטיגע קאמוניסטישע פארטייען ביז די כינעזער אמבאסאדא איז ארויסגעווארפן געווארן פון דארט אין 965'.
 
אין דער זעלבער צייט האט זיך כינע אנגעשטויסן מיט נאך פראבלעמען ווען די יונייטעדפאראייניגטע נעישאנספעלקער האט איר געווארנט פאר איר באהאנדלונג מיט די רעבעלן אין [[טיבעט]] (א ראיאן איןוואס כינע נעבןהאט רוסלאנדאנעקסירט) וואו די כינעזער מיליטער האט שטארק אונטערדרוקט די ארטיגע רעבעלן. די רעבעלן האבן זיך נישט געקענט קעגנשטעלן און האבן פארלאזט כינע און זיך באזעצט אין נעפאל און אין אינדיע. עטליכע יאר שפעטער האט כינע געעפענט א קאנפליקט מיט אינדיע איבער א טעריטאריע פון 12,000 סקווערקוואדראט מייל (31,000 סקווערקוואדראט קילאמעטער) וועלכע די אינדיאנער האבן באצייכנט אלס זייערס. די כינעזער ארמיי האט אריינמארשירט אהין און אקופירט דעם ראיאן און נאכאנאנדיגע פארהאנדלונגן האבן נישט געברענגט קיין שום רעזולטאטן. אויך האט כינע זיך געטשעפעט מיט די פאראיינגטע שטאטן אין די וויעטנאם קריג (959' ביז 975') ווען זי האט געשיקט שטיצע פאר די קאמוניסטישע גרופעס. אויך אין אידאניזיע האט כינע געשטיצט די ארטיגע קאמוניסטישע פארטייען ביז די כינעזער אמבאסאדא איז ארויסגעווארפן געווארן פון דארט אין 965'.
 
== די קולטורעלע רעוואלוציע ==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/כינע"