אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאנעוועזש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
רבנים
שורה 22:
 
== יידנטום ==
אין דער יידישער היסטאריע איז די שטאט באוואוסט צוליב דער [[פאנאוועזשער ישיבה|פאנעוועזשער ישיבה]] וואס דער לעצטער רב (פון תרע״ט ביז ת״ש), הרב [[יוסף שלמה כהנעמאן]], האט אויפגעשטעלט אין בני ברק אויפן נאמען פון דער פאנעוועזשער קהילה. פאר הרב כהנעמאן איז געווען רב אין פאנעוועזש, פון תרנ״ה ביז תרע״ט, הרב יצחק יעקב ראבינאוויטש, באקאנט ווי רבי [[איצעלע פאנעוועזשער]].
 
הרב כהנעמאן האט לכתחילה אויפגעשטעלט די ישיבה ״אהל יצחק״ (אויפן נאמען פונעם פריערדיקן רב) אין פאנעוועזש, און די ישיבה איז גערעכנט געווארן איינע פון די חשוב׳סטע ישיבות אין ליטא אין דער תקופה צווישן די צוויי וועלט-מלחמות.
 
פאר דער ערשטער וועלט־מלחמה זענען יידן געווען 36% פון די איינוואוינער אין דער שטאט, עטלעכע 7,000 מענטשן. שפעטער איז די צאל אראפגעגאנגען ביז אין 1939 זענען זיי געווען נאר 6,000 (22% פון די איינוואוינער).
 
===רבנים פון פאנעוועזש===
* הרב [[הלל מיליקאווסקי]], א תלמיד פון רבי ישראל סאלאנטער (תרכ״ז - תרל״ב)
* הרב [[אליהו דוד ראבינאוויטש תאומים]] (תרל״ב - תרנ״ג)
* הרב יצחק יעקב ראבינאוויטש, באקאנט ווי רבי [[איצעלע פאנעוועזשער]] (תרנ״ט - תרע״ט)
* הרב [[יוסף שלמה כהנעמאן]] (תרע״ט - ת״ש)
 
== רעפערענצן ==