אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מירער ישיבה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 29:
די געביידע האט צוויי בתי מדרשים. "וואלמארק" באדינט בעיקר אמעריקאנער בחורים, אונטער רבי [[ניסן קאפלאן]] און רבי משה אהרן פרידמאן. אין דעם "בית ישעיה" בית מדרש לערנען אייראפעישע בחורים, פון [[ענגלאנד]], [[פראנקרייך]] און [[בעלגיע]], ווי אויך דער חסידישער ראם אונטער דער פירערשאפט פון רבי [[אליעזר יהודה פינקל (ב)|אליעזר יהודה פינקל]], וואס איז היינט געווארן דער ראש ישיבה.
 
"בית פרידמאן" איז א בית מדרש וואו פיר הונדערט ישראלדיגע יונגעלייט און בחורים לערנען. אלע מוזן האלטן פעסטע סדרים; די פלעצער אין דעם בית מדרש ווערן אויסגעטיילט אין אנהייב יעדן זמן צו די וואס האבן געהאלטן גוט די אלע סדרים אין דער פריערדיקן זמן. די חבורה איז אויפגעשטעלט געווארן דורך הרב מרדכי יפה (זון של הרב [[דוב יפה]]). די רבנים פון דעם פרידמאן בית המדרש זענען הרב יעקב שמואלעוויטש, וואס זאגט דעם "שיעור כללי" אין דעם בית המדרש, הרב ישעיה פינקל (זון פון הרב [[נתן צבי פינקל (מיר)|נתן צבי פינקל]]) און הרב שלמה שפיצער.
 
== מירער ישיבה אין בראכפעלד ==