אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 19:
געווען רב פאר'ן [[חורבן אייראפע]] אין דער שטאט [[זענטא]], [[יוגאָסלאַוויע]].
 
זיין ערשטע [[ווייב]] חנה מיט דריי קינדער חנוך העניך, חיים צבי און אסתר, זענען אומגעקומען ביי דער [[קריג]] הי"ד.
 
נאך דעם חורבן איז ער קודם געווארן רב אין [[סיגעט]] אויף זיין טאטנס און זיין ברודער'ס שטוהל. ער האט נאכאמאל [[חתונה]] געהאט מיט אן אוישוויץ איבערלעבער, פעסיל לאה טייטלבוים, אום כ"א אדר תש"ו, אין סיגעט.
 
ער איז אנגעקומען קיין [[ניו יארק]] [[צום גדליה]] ה'תש"ז. עס האט איהםאים שוין אפגעווארט א קהילה פון פילעפיל סיגעטער תלמידים און חסידים, [[קהל עצי חיים סיגעט]]. די קהילה האט שוין פון פאראויס געהאט געקויפט א הויז צו וואוינען און פאר א [[בית המדרש]] אויף 152 יוז סטריט. דאס איז דערדי סיגעטער שוהל ביזן היינטיגן טאג, און אויך דערדי דירה פונעם היינטיגן סאטמארער רבי פון קרית יואל, ר' אהרן טייטלבוים.
 
אין יאר תשכ"ה האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין [[בארא פארק]], ער האט זיך קודם אריינגעצויגן אויף 15'טע עוועניו און דער 49סטער גאס וואו עס איז היינט די אלכסנדר שול, שפעטער אום יאר תשל"ב האט ער באנייעט זיין נייעם ביהמ"ד אין דער 49סטער גאס.
 
ער איז געווען א דיין לעניני ממונות יארן לאנג, וואו ער האט קודם געהאט זיין אייגענעאייגענעם בי"ד. נאכער האט ער געדינט אלץ חבר אין די בית דין פון [[התאחדות הרבנים]] און אויך א [[בעל מכשיר]] פאר [[מיעל מארט]] [[פלייש]].
 
[[כ"ו אב]] תש"מ, ווען ער איז אלט געווען 66 [[יאר]], צום ערשטן יארצייט פון פריערדיגן סאטמארער רבין, רבי יואל, איז ער געווארן עמטליך אויפגענומען אלס [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] [[רבי]] און צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער דידער גאנצער וועלט האבן זיך מסתופף געווען ביי אים.
[[טעקע:Hachture reb moshe titelboum.JPG|קליין|400px|center|ביי זיין הכתרה אין [[קרית יואל]] אלס סאטמארער רבי]]