אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "האלשטאט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 27:
שפעטער האט זיך די האלשטאט קולטור געטוישט מיט דער "לא טען" (La Tène) קולטור וועלכע פלעגט עקזיסטירן ביז דער באזעצונג פון דער [[רוימישע אימפעריע]], און זייט דעמאלטס, ווי אויך אין די [[מיטל אלטער]] טעג זענען נישט אנטדעקט געווארן סיי וועלכע נייע אויסגעפינסן. אבער טראצדעם איז באוואוסט אז דאס דארף האט גוט אויפגעהיטן אויף זיין סטאטוס אלס א האנדל צענטער. און א מארק פלעגט דארט עקזיסטירן פון יאר 1311 אומגעפער. דערצו פלעגט מען ווייטער אויסהאקן זאלץ, אויכעט אין די מיטל אלטער טעג, און פון יאר 1595 פלעגט דער זאלץ אריבערגעפירט ווערן אין א פארמע פון זאלץ-וואסער דורך א ספעציעלער רער וואס איז אויפגעבויט געווארן פון 13,000 אויסגעהוילטע בוים-שטאמען, און וועלכע האט דורכגעפירט זאלץ אין זיך אין לענגאויס פון 40 קילאמעטער ביז דער שטאט עבענזע (דייטשיש: Ebensee).
 
[[טעקע:1 hallstatt austria.jpg|קליין|לינקס|א בליק פון דעם דרומ'דיגן חלק פון האלשטאט]]
ביז דער ענדע פון דעם [[19טן י"ה|19טן יארהונדערט]] דער צוגאנג צום דארף איז געווען נאך דורך קליינע זעגל-שיפלעך אין דער אזערע אדער דורך שמאלע שטעגן. די קליינע צאל פון ערד וואס האט זיך געפונען צווישן דער געבערג-קייט און די ברעגן פון די אזערע, איז אויסגענוצט געווארן פאר בוי, און אפילו די באוועגונג צווישן די הייזער אין דעם קליינעם דערפל, איז געווען דורך שיפלעך אדער דורך א שטעג וואס האט דורכגעשניטן די משופע'דיגע בארגאראפן וואס האבן זיך געפונען העכער אים. די גרויסע ענגשאפט פון דעם פלאך אינעם דארף האט פאראורזאכט אז איינמאל אין 10-15 יאר האט מען ארויסגעגראבן די ביינער פון די טויטע פון זייערע קברים, און דערנאך זיי אריבערגעפירט צו א דלוסקמא (א ספעציאלער קאסטן וואס ווערט דערמאנט אין דער [[משניות|משנה]], און וועלכער ווערט באניצט צו באגראבן סקעלעטן), און אין דעם ביינער-[[מוזיי]] (דייטשיש: Beinhaus) וואס געפינט זיך אינעם דארף ווערן געהאלטן מער ווי 1,200 קאפ-שיידלעך, טייל פון זיי געפארבט און באצירט מיט פארשידענע געמעלן.
[[טעקע:Hallstatt - Seestrasse.JPG|קליין|לינקס|די אזערע-גאס (Seestrasse) אין האלשטאט]]
 
דער ערשטער וועג וואס פירט צו האלשטאט איז געפלאסטערט געווארן לענגאויס דעם מערב'דיגן ברעג פון דער אזערע אין יאר [[1875]], און טיילווייזיג דער וועג איז דורכגעריסן דורך אן אויפרייס פונעם ריזיגן פעלדז וועלכער געפינט זיך לענגאויס דעם ברעג. נאר אין יאר [[1966]] האט מען געפלאסטערט א מאדערנעם וועג דורך טונעלן וועלכע זענען אויסגעגראבן געווארן אין דעם בערג וועלכער געפינט זיך אויפן מערב'דיגן חלק פונעם דארף.
ביז היינטיגן טאג האקט מען אויס זאלץ אין האלשטאט, אבער טראצדעם, דער עיקר פון דער ווירטשאפט אינעם דארף פארלאזט זיך אויפן [[טוריזם]] צווייג.