אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "האלשטאט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 20:
 
==היסטאריע==
וויבאלד דער געביט פון האלשטאט איז געווען רייך אין [[זאלץ]], איז האלשטאט און איר ארומיגע געגנטער באזעצט געווארן שוין יארן צוריק, דורך א באפעלקערונג וואס פלעגט אויסהאקן דעם זאלץ, אים איינפאקן אין א פארמע פון הערצער, און דערנאך אים פארקויפן.
די רייכקייט פון דער האלשטאט אומוועלט אין זאלץ און דער [[האנדל]] אין אים האבן געברענגט צו אן אנטוויקלונג פון א פארגעשריטענע קולטור אין לויף פון דעם ערשטן טויזנט פאר דער קריסטלעכער ציילונג, וועלכע האט געטראגט דעם נאמען "האלשטאט קולטור" (דייטשיש: Hallstattzeit). די קולטור וואס איז געווען אויסגעשפרייט איבעראל אין צענטראלער [[אייראפע]], איז געווען פארבונדן מיט די קעלטן און זייערע אפשטאמפאטערס, און פלעגט צימליך שטארק בליען אין דער פריצייטיגע אייזן עפאכע. אין יאר [[1846]] איז אנטפלעקט געווארן נעבן האלשטאט אן אור-אלטער [[צווינטער]] וואס האט אנטהאלט אין זיך 4,000 גראבשטיינער, ווי אויך האט מען אנטדעקט א פארצייטישן ווערק-הויז פאר שמידעריי. ביידע פריערדערמאנטע אנטדעקונגען זענען פארבונדן מיט דער האלשטאט קולטור.
 
שפעטער האט זיך די האלשטאט קולטור געטוישט מיט דער "לא טען" (La Tène) קולטור וועלכע פלעגט עקזיסטירן ביז דער באזעצונג פון דער [[רוימישע אימפעריע]], און זייט דעמאלטס, ווי אויך אין די [[מיטל אלטער]] טעג זענען נישט אנטדעקט געווארן סיי וועלכע נייע אויסגעפינסן. אבער טראצדעם איז באוואוסט אז דאס דארף האט גוט אויפגעהיטן אויף זיין סטאטוס אלס א האנדל צענטער. און א מארק פלעגט דארט עקזיסטירן פון יאר 1311 אומגעפער. דערצו פלעגט מען ווייטער אויסהאקן זאלץ, אויכעט אין די מיטל אלטער טעג, און פון יאר 1595 פלעגט דער זאלץ אריבערגעפירט ווערן אין א פארמע פון זאלץ-וואסער דורך א ספעציעלער רער וואס איז אויפגעבויט געווארן פון 13,000 אויסגעהוילטע בוים-שטאמען, און וועלכע האט דורכגעפירט זאלץ אין זיך אין לענגאויס פון 40 קילאמעטער ביז דער שטאט עבענזע (דייטשיש: Ebensee).
 
ביז דער ענדע פון דעם [[19 טן י"ה|19טן יארהונדערט]] דער צוגאנג צום דארף איז געווען נאך דורך קליינע זעגל-שיפלעך אין דער אזערע אדער דורך שמאלע שטעגן. די קליינע צאל פון ערד וואס האט זיך געפונען צווישן דער געבערג-קייט און די ברעגן פון די אזערע, איז אויסגענוצט געווארן פאר בוי, און אפילו די באוועגונג צווישן די הייזער אין דעם קליינעם דערפל, איז געווען דורך שיפלעך אדער דורך א שטעג וואס האט דורכגעשניטן די משופע'דיגע בארגאראפן וואס האבן זיך געפונען העכער אים.