אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אטאמאנישע אימפעריע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏היסטאריע: נאך א ביסל
איבערגעזעצט פון דער העברעאיש-וויקיפעדיע
שורה 24:
 
אין דעם יארהונדערט נאכן טויט פון אסמאן דער ערשטער, האט אטאמאנישע הערשאפט אנגעהויבן זיך פארשפרייטן איבער אנאטאליע אין די באלקאן לענדער. אסמאנ׳ס זון, ארהאן, האט איינגענומען די שטאט בורסע אין צפון-מערב אנאטאליע אין 1326, און האט געמאכט זי די נייע הויפטשטאט פון דער אטאמאנישער מדינה. מיט דעם ניצחון האבן די ביזאנטן פארלוירן זייער קאנטראל איבער צפון-מערב אנאטאליע. די וויכטיקע שטאט סאלאניקי איז געכאפט געווארן פון די ווענעטן אין 1387. דער אטאמאנישער ניצחון ביי קאסאווא אין 1389 האט געצייכענט דעם סוף פון סערבישע מאכט אין דעם געגנט, און האט געעפנט דעם וועג פאר אטאמאנישער פארברייטערונג אין אייראפע אריין.<ref>{{cite book|author=Robert Elsie|title=Historical Dictionary of Kosova|url=https://books.google.com/books?id=Fnbw1wsacSAC&pg=PA95|year=2004|publisher=Scarecrow Press|pages=95–96|isbn=978-0-8108-5309-6}}</ref> דער [[קאמף פון ניקאפאליס]] אין 1396, ברייט געהאלטן דער לעצטער גרויסער [[קרייצצוג]] פון דער [[מיטל אלטער]], האט נישט געקענט צוריקהאלטן דעם גאנג פאראויס פון די זיגנדיקע אטאמאנישע טערקן.<ref>{{cite book|author=David Nicolle|title=Nicopolis 1396: The Last Crusade|url=https://books.google.com/books?id=_hUst0z-oEQC|year=1999|publisher=Osprey Publishing|isbn=978-1-85532-918-8}}</ref>
 
== יידן אין דער אטאמאנישער אימפעריע ==
אין די ערטער וואס די אטאמאנישע אימפעריע האט איינגענומען, ווי [[סטאמבול]], זענען געווען פיל יידישע געמיינדעס, וואס די אטאמאנען האבן גערופן "[[ראמאניאטן]]".{{הערה|די [[ביזאנטישע אימפעריע]] האט געהייסן ביי זיי ״ראם״, און דערפאר האבן זיי גערופן די יידן ״ראמאניאטן״.}} ווען ער האט איינגענומען קושטא, האט דער סולטאן באשלאסן צו באזעצן די שטאט פונדאסניי, און דערפאר האט ער אריבערגעפירט אין דער שטאט טויזנטער יידן, בעיקר פון צענטראל [[גריכנלאנד]] און [[מאקעדאניע]].
 
אחוץ פון זיי האבן א סאך פארטריבענע יידן, בעיקר פון [[פראנקרייך]], [[פארטוגאל]] און [[שפאניע]], זיך באזעצט אין דער אטאמאנישער אימפעריע אין די 14טער און 15טער יארהונדערטער.
 
נאכן פארטרייבן די יידן פון [[גירוש ספרד|שפאניע]], פארטוגאל און פראנקרייך האט דער סולטאן [[באיזיט דער צווייטער]] געוואלט מאכן פלאץ פאר זיי אונטער זיין הערשאפט.
 
שפעטער האבן יידן געוואוינט אין כמעט אלע שטעט פון דער אטאמאנישער אימפעריע, און ספעציעל זענען געווען בארימט די יידישע קהילות פון די שטעט [[סטאמבול]], [[סאלאניקע]], [[אדריאנאפאל]] ([[עדירנע]]), [[סאפיע]] און [[איזמיר]].
 
אין דער אטאמאנישער אימפעריע זענען אויך געווען יידישע קהילות וואס זענען נישט געווען פון א ספרדישער (שפאנישער) אפשטאמונג. די יידן אין [[צפון אפריקע]] האט מען גערופן '''[[מאגרעב|מאגראבישע]] יידן''' אדער '''מערבדיקע יידן''' (מאגרעב מיינט מערב, וואס צפון אפריקע ווערט גערופן אויף אראביש, אנדערש פון די מזרח לענדער). ס׳איז שוין געווען א קהילה יידן וואס שטאמען פון צפון אפריקע אין ארץ ישראל, באזונדער פון דער ספרדישער קהילה. אין פארגלייך מיט די מאגראבישע יידן, האט מען גערופן די יידן אין [[עגיפטן]], [[סיריע]] און [[ארץ ישראל]] '''[[מוסתערבים]]''', ווייל זייער לעבנסשטייגער איז געווען ענלעך צו זייערע אראבישע שכנים. די יידן זענען נישט געווען פון די יידן פארטריבן פון שפאניע; זיי האבן אלעמאל געוואוינט אין די מזרח לענדער.
 
די פרנסות פון די יידן אין דער אטאמאנישער אימפעריע זענען געווען זייער פארשידנארטיג. א סאך יידן האבן געארבעט אין פארזארגן שפייז און וואפן, און האבן אויך פארזארגט די זאכן צו דער אטאמאנישער מיליטער. אנדערע יידן האבן געארבעט אין פאבריקאציע פון פעלן און קליידער. די פארטריבענע יידן פון אייראפע האבן מיטגעברענגט מיט זיי נייע אנטוויקלונגען צו דער אימפעריע.
 
א גרויסער טייל יידן האבן זיך באשעפטיקט מיט ארבעט וואס איז פארבונדן מיטן ים, ווי למשל [[פארט]] ארבעטער און טרעגער. די קהילה פון [[סלוניקי|סאלאניקע]] איז געווען בארימט מער ווי אלע געמיינדעס צוליב אירע ים־טעטיקייטן; אזוי דער ארטיגער פארט איז געווען געפירט דורך יידן, איז ער געווען פארמאכט שבת און יום טוב, און אויך יעדן טאג א קורצע צייט נאכמיטאג בשעת ווען מען האט געדאווענט [[מנחה]].
 
ד
 
עס ווערט געשאצט אז אין די לעצטע טעג פון דער אימפעריע זענען געווען דארט 375,000 יידן (כולל אין ארץ ישראל).
 
== רעפערענצן ==