אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אטאמאנישע אימפעריע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
היסטאריע
←‏היסטאריע: נאך א ביסל
שורה 21:
אין דעם 13טן יארהונדערט איז [[אנאטאליע]] געווען צעטיילט אין א געלאטעכץ פון אומאפהענגיקע טערקישע פרינציפאליטעטן, באקאנט ווי די אנאטאלישע בייליקן. איינער פון די דאזיגע בייליקן, אין דעם געגנט פון [[ביטיניע]] אויפן גרענעץ פון דער ביזאנטישער אימפעריע, איז געווען אנגעפירט דורכן טערקישן שבט־אנפֿירער [[אסמאן]] (געש׳ 1324), א מענטש פון וועמען מען ווייסט כמעט גארנישט, און פון וועמען שטאמט דער נאמען אטאמאן. די ערשטע נאכפאלגער פון אסמאן זענען געווען סיי פון טערקישע אפשטאם סיי ביזאנטישע רענעגאנטן, א גרויסער טייל פון זיי געווארענע מוסולמענער. אסמאן האט פארשפרייט זיין פרינציפאליטעט ווען ער האט באהערשט ביזאנטישע שטעט לענגאויס דעם טייך [[סאקאריע]]. ס׳זענען נישט פאראן קיין סך מקורות וועגן דער תקופה, דערפאר איז נישט קלאר וויאזוי די פריערדיגע אטאמאנען האבן געדאנזשעט צו געוועלטיקן איבער זייערע שכנים.
 
אין דעם 13טן יארהונדערט איז [[אנאטאליע]] געווען צעטיילט אין א געלאטעכץ פון אומאפהענגיקע טערקישע פרינציפאליטעטן, באקאנט ווי די אנאטאלישע בייליקן. איינער פון די דאזיגע בייליקן, אין דעם געגנט פון [[ביטיניע]] אויפן גרענעץ פון דער ביזאנטישער אימפעריע, איז געווען אנגעפירט דורכן טערקישן שבט־אנפֿירער [[אסמאן]] (געש׳ 1324), א מענטש פון וועמען מען ווייסט כמעט גארנישט, און פון וועמען שטאמט דער נאמען אטאמאן. די ערשטע נאכפאלגער פון אסמאן זענען געווען סיי פון טערקישע אפשטאם סיי ביזאנטישע רענעגאנטן, א גרויסער טייל פון זיי געווארענע מוסולמענער. אסמאן האט פארשפרייט זיין פרינציפאליטעט ווען ער האט באהערשט ביזאנטישע שטעט לענגאויס דעם טייך [[סאקאריע]]. ס׳זענען נישט פאראן קיין סך מקורות וועגן דער תקופה, דערפאר איז נישט קלאר וויאזוי די פריערדיגע אטאמאנען האבן געדאנזשעט צו געוועלטיקן איבער זייערע שכנים.,
 
 
אין דעם יארהונדערט נאכן טויט פון אסמאן דער ערשטער, האט אטאמאנישע הערשאפט אנגעהויבן זיך פארשפרייטן איבער אנאטאליע אין די באלקאן לענדער. אסמאנ׳ס זון, ארהאן, האט איינגענומען די שטאט [[בורסע, טערקיי|בורסע]] אין צפון-מערב אנאטאליע אין 1326, און האט געמאכט זי די נייע הויפטשטאט פון דער אטאמאנישער מדינה. מיט דעם ניצחון האבן די [[ביזאנטישע אימפעריע|ביזאנטן]] פארלוירן זייער קאנטראל איבער צפון-מערב אנאטאליע. די וויכטיקע שטאט סאלאניקי איז געכאפט געווארן פון די ווענעטן אין 1387. דער אטאמאנישער ניצחון ביי קאסאווא אין 1389 האט געצייכענט דעם סוף פון סערבישע מאכט אין דעם געגנט, און האט געעפנט דעם וועג פאר אטאמאנישער פארברייטערונג אין אייראפע אריין.<ref>{{cite book|author=Robert Elsie|title=Historical Dictionary of Kosova|url=https://books.google.com/books?id=Fnbw1wsacSAC&pg=PA95|year=2004|publisher=Scarecrow Press|pages=95–96|isbn=978-0-8108-5309-6}}</ref> דער [[קאמף פון ניקאפאליס]] אין 1396, ברייט געהאלטן דער לעצטער גרויסער [[קרייצצוג]] פון דער [[מיטל אלטער]], האט נישט געקענט צוריקהאלטן דעם גאנג פאראויס פון די זיגנדיקע אטאמאנישע טערקן.<ref>{{cite book|author=David Nicolle|title=Nicopolis 1396: The Last Crusade|url=https://books.google.com/books?id=_hUst0z-oEQC|year=1999|publisher=Osprey Publishing|isbn=978-1-85532-918-8}}</ref>
 
== רעפערענצן ==