אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק לעבאוויטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
פאר איר מעקט מאך זיכער עס איז טאקע ריכטיג וואס איר טוט
שורה 4:
רבי יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תש"ז אין [[מישקאלץ]], [[אונגארן]], דאס עלטסטע קינד צו זיינע עלטערן רבי שלמה און מרת ברכה, טאכטער פון רבי יצחק עהרנפעלד הי"ד פון [[זענטא]] בעל נחלת יצחק. רבי שלמה איז געווען פון די באוואוסטע גאר גרויסע תלמידי חכמים אין [[וויליאמסבורג]], א זון פון רבי עקיבא צבי ז"ל פון [[בעלעד]], אונגארן.{{הערה|רבי עקיבא צבי האט געלערנט תורה מיט ארימקייט א גאנץ לעבן; ער איז געווען אין בעלעד דער מלמד תינוקות ווי אויך פלעגט ער געבן דרשות התעוררות אין די הייליגע טעג. ווען דער רב איז נישט געווען אינדערהיים פלעגט ער פסקנען שאלות}}
 
אין סיווןסיון [[ה'תש"ט]] איז רבי שלמה געקומען קיין אמעריקע מיט זיין משפחה וואס האט זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, [[ברוקלין]].
 
רבי יצחק איז געווען באוואוסט אלס א וואונדער קינד און אן עילוי צוליב זיין שארפן קאפ. ער איז געווען פון די ערשטע צען תלמידים אין דער סאטמארער [[תלמוד תורה]] "תורה ויראה" אין וויליאמסבורג. ביי די צוועלף יאר איז ער געגאנגען לערנען צום קראסנער רב, רבי [[הלל ליכטנשטיין]], פאר צוויי יאר, און דערנאך איז ער געגאנגען לערנען ביים קיוויאשדער רב, רבי אלעזר שפירא זצ"ל. ביי די זעכצן יאר איז ער געגאנגען לערנען ביים [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבי, רבי [[יואל טייטלבוים]], און האט געלערנט ביי אים ביז צו דער חתונה.
 
ער האט חתונה געהאט מיט מרת ציפרעל, א טאכטער פון רבי נפתלי ליכטנשטיין, בן רבי אברהם הי"ד אב״ד סאמאשאויוואר, פון דער קראסנער משפחה.
 
== רבנות ==