קיין רעדאקטירונג רעזומע
(סופר פון דער עדה) |
אין תקציר עריכה טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג |
||
די '''עדה החרדית''' איז געגרינדעט געווארן אין [[ירושלים]] דורך די [[רבנים]] און גדולים פון שטאט, פאר איבער הונדרעט יאר צוריק, בראש פון ר' [[יוסף חיים זאנענפעלד]] זצ"ל.
איר ציל איז געווען צוזאם-צו-נעמען אלע קהלות אונטער איין הלכה'דיגער פירערשאפט און בעיקר צו זיך האלטן פעסט קעגן אלע מיני פירצות, וואס די פרייע גאס האט געשאפן. גלייך ביי איר גרינדונג איז אויפגעשטעלט געווארן דער ביד"ץ וועלכער האט געדינט די פרומע [[אשכנזים]] און ספרדים צוגלייך. בערך 25 יאר נאך איר גרינדונג האט זי
דער ערשטער [[אב בית דין|גאב"ד]] פון דער עדה איז געווען ר' [[יוסף חיים זאנענפעלד]] ז"ל וואס האט געהאלטן שטארקע דרשות מחזק צו זיין די עדה-נאכפאלגער. נאך אים איז געווען אב"ד הרב [[יוסף צבי דושינסקי]].
אין יאר [[ה'תשל"ט]] ווען דער סאטמארער רב איז אוועק, איז דער גאב״ד טיטל איבער געגאנגען צו הרב [[יצחק יעקב ווייס]] ז"ל מחבר פון שו"ת [[מנחת יצחק]], צוליב זיינע פילע אויפגעכאפטע תשובות וואס ער האט געשריבן און איז צעשפרייט געווארן אין דער גאנצער וועלט.
אין יענער תקופה האט דער [[בעלזא|בעלזער]] רב [[ישכר דוב רוקח (ב)|ישכר דוב רוקח]] (דער צווייטער) געגרינדעט אן אייגן בי"ד און וועד הכשרות.
נאך דעם בעל מנחת יצחק ז"ל איז אויך געוארן גאב"ד העדה, ר' משה אריה פריינד ז"ל וואס איז אויך געווען רב אין [[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]] ביהמ"ד "[[אהל רחל]]" וואס געפינט זיך אויף רחוב יואל אין [[ירושלים]], נאך אים איז געווען גאב"ד הרב דושינסקי, וואס איז אוועק אין יאר [[ה'תשס"ב]], היינט איז דארט רב הרב [[יצחק טוביה ווייס]] שליט"א.
|